פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 דעצעמבער 26
מראה
- אוי. יו. לאדענט איין דעם רעכטען קאנסערוועטיווער אידישער נאציאנאלער ראדיאו טאלק שוי האוסט, דעניס פרעגער, וואס איז אויפגעצויגען געווארן אלס אראטאדאקסשער פרומער איד און שפעטער אפגעפארן, אלס גאסט צו זייער קאנווענשאן צו קריטיקירן ארטאדאקסיע, ער רימט אויס חב"ד קירוב. (הרב יצחק אלדערשטיין)
- ס'איז נאך דא האפענונג: סאודי אראבער בירגער האבען ליב ירושלים - 3טע מערסטע באזיכער נאך אמעריקא, אין ישראל, צו באזיכען די טוריסטען וועבסייט (מחלקה ראשונה)
- אידישער רוסישער ביליאנער, ארקאידי גאידמאק וויל לויפן פאר ירושלים מעיאר. (זשעי פאוסט)
- מזל טוב: חיים ראבינאוויטש, דער דרייווער פונעם אידישען בדחן און זינגער, ר' ליפא שמעלצער געווארן א חתן! (בחדרי חרדים)
- פאלטישער קאלומניסט פארן ארונישע אידיש צייטונג דער בלאט ר' יוסף געשטעטנער שרייבט העסליכען בריוו קעגן נטורי קרתא פארן מאנסי לאקאלען גוישען צייטונג די זשורנאל ניוז. (די זשורנאל)
- סעודת הודאה פון איד וואס האט זיך ערהוילט פון אי.קאליי דעזיס. (קרוין הייטס אינפא)
- ברוך דיין האמת: אין ירושלים איז נפטר געווארן ר' יואל קרויס, דער ברודער פון ר' שמואל בנימן קרויס פון לונדאן, און פעטער פון דעם עסקן ר' יוליש קרויס. (בחדרי חרדים)
- שבת: געשלעג אין סאטמאר מאנטריאל צווישן ארונים מיט זאליס. (כל העולם כולו)
- שבת: געשלעג אין בת ים באבוב צווישן ר' בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאםס בחורים און אינגערמאן פון ר' מרדכי דוד אונגער. (בחדרי חרדים)
- חנוכה: געשלעג אין וויזניץ בני ברק צווישן בחורים פון רבי מענדיל האגער מיט אינגעלייט פון רבי ישראל האגער. (בחדרי חרדים)
- וויליאמסבורג: די ברוקלין נעיווי יארד פארברייטערט זיך מיט פרישן געביידע אריינצונעמען אין זיך די נייע ארטיסטען ביזנעסער פון געגענט, ווי מוזיק און האלץ האקער. (דעילי ניוז)
- ארונים עפענען נייע מילך אונטער דעם הכשר פון ביד"ץ קרית יואל, וועט קאנקורירן מיטן ביז איצטיגען מאנאפאל און איינציגסטער אנערקענטער מילך פאר סאטמארער קרייזן: גאלדן פלא. (כל העולם כולו)
- וואונדערליכע קונסט פון ירושלים טאנצער. - ווידעא. (שמואל לעיבל)
- חנוכה קאנצערט פון אברהם פריד. ווידעא. (יו טוב)
- ידיעות אחרונות: אל על האט נישט געליטן קיין געלט שאדן פון די סטראשונגען פון חרדים ווייל די פרייע האבן מער געפארן מיט זיי לכבוד די רעש פון די פרומע. (בחדרי חרדים)