יואל קרויס

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יואליש קרויס

ר' יואליש קרויס איז א ירושלים'ער אינגערמאן, וואס פירט אן מיט אתרא קדישא. און איז באקאנט אלס דער פאשקעווילן זאמעלער. מיט אן אוסף פון צענדליגע טויזנטער פאשקעווילן וואס לויפט אין משך פון יארן וואס יהדות החרדית האט נאר געוואוסט פון סקאנדאלן מחלוקת און געפעכטן.

ער איז דער יונגסטער איידעם פון דעם הויפט פון תורה ויראה ר' אברהם יעקב עפשטיין, אן איידעם פון רבי אהרן קאצענעלבויגן דער גרונדער פון נטורי קרתא. און זון פון דעם בעל הזוהר, ר' אברהם משה קרויס פון תולדות אהרן (א ברודער פון ר' שמואל בנימין קרויס. דער רבי פון תורת חסד, לונדון).

ער האט 17 קינדער און ער מעלקט אליין א קו פאר מילך, אלס כשרות אפהיטונג.