לדלג לתוכן

יום טוב

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון יו"ט)
סוכה פון חג הסוכות
יידן און יידישקייט
מנורה
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · גמרא
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · חברה קדישא
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם


יום טובֿ בײַ אידן איז אַ טאָג וואָס די תורה האָט אָנגערופן "מקרא קודש" ווען מען טאָר נישט טאָן געוויסע מלאכות, און מען פרייט זיך מיט אַ פליישיגע סעודה און ווײַן, און מיט נײַע קליידער.

די מלאכות וואָס מען טאָר נישט טאָן איז אַזוי ווי שבת, אָבער אַ מלאכה פון "אוכל נפש", למשל, קאָכן און מאַכן גרעסער א פײַער, מעג מען יאָ, ווי אויך טראָגן.


עס איז א גוטער טאג, וואס איז א יומא דפגרא. מ'מאכט גרויסע סעודות. און מען איז פרייליך און גוטמוטיג, געווענליך איז דאס אויך א רוה טאג דורכן פייערן.

ווען דער בית המקדש איז געשטאנען האט מען יעדן יום טוב מקריב געווען ספעציעלע קרבנות אויפן מזבח.

אין דער תורה איז דאס אנגערופן חג לה', און די גמרא זאגט חציו לה' וחציו לכם, אבער היינט הייסט א חג וואס איז גארנישט מיטן אידישן גאט א חגא.

אידישע ימים טובים פון דער תורה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
סוכה

די תורה רעכנט אויס זיבן טעג אין יאר פאר ימים טובים:

היינטיגע צייטן האלט מען ראש השנה צוויי טעג, א' תשרי און ב' תשרי. אין חוץ לארץ האלט מען א צווייטן טאג יעדן יום טוב, אחוץ יום כיפור.

די אלע טעג ווערן גערופן אין דער תורה "מקראי קודש", וואס מען טוט נישט קיין מלאכה. יום כיפור, אזוי ווי שבת, זענען אלע מלאכות אסור. די אנדערע ימים טובים מעג מען טון א מלאכת אוכל נפש, למשל מען מעג קאכן און באקן, און טראגן אין א רשות הרבים וואס מען דארף אויף יום טוב. חול המועד איז אסור אין געוויסע מלאכות.

יעדער יום טוב האט זיין באזונדערע מצווה: פסח עסן מצות, סוכות זיצן אין דער סוכה, ראש השנה בלאזן שופר און יום כיפור פאסטן. ביי אלע ימים טובים, אזוי ווי שבת, צינדט מען ליכט. ווען מען האט געהאט א בית המקדש, איז געווען דריי מאל א יאר, פסח, שבועות און סוכות, א מצווה פון עלייה לרגל, דעריבער הייסן די דריי ימים טובים די "שלוש רגלים", ווען מען איז מקריב אויפן מזבח עולת ראייה און שלמי חגיגה.

דער סדר טיש

פסח הייבט זיך אן דעם 15טן טאג אין ניסן.

שבועות איז 7 וואכן נאכ'ן עומר. וואס קומט אויס 6 טאג אין סיון.

ראש השנה איז דעם ערשטן טאג אין תשרי.

יום כיפור איז דעם צענטן טאג אין תשרי.

סוכות הייבט זיך אן דעם 15טן טאג אין תשרי.

שמיני עצרת איז א טאג נאך וואס סוכות ענדיג זיך. (אויפהאלטונג).

ייִדישע צײַטן און ימים טובים

שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת - שמחת תורה | חנוכה

עשרה בטבת | ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | פסח שני | ל"ג בעומר

שבועות | שבעה עשר בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | חמשה עשר באב

ראש חודש | חול המועד | תענית