לדלג לתוכן

מאלי

פֿון װיקיפּעדיע
רעפובליק פון מאַלי
République du Mali
פאן מאלי
פאן מאלי
סימבאָל מאלי
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון מאלי
אָרט פֿון מאלי
קאָנטינענט אפריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך פראנצויזיש
הויפּטשטאָט באמאקא 12°39′N 8°0′W / 12.650°N 8.000°W / 12.650; -8.000
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער

גרינדונג דאַטום
22סטן סעפטעמבער 1960
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
1,240,192 קוואַדראַט ק"מ
24סט
1.6
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

14,517,176 (2009)
67סט
30.3 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $17.872 ביליאן (132סט)
וואַלוטע מערב אפריקאנער פראנק
צײַט זאָנע UTC
אינטערנעט דאָמען ml.
טעלעפֿאָן קאָד 223+

מאַלי, אפיציעל די רעפובליק פון מאלי (פראַנצויזיש: République du Mali, [maˈli]), איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מערב אפריקע. מאלי גרענעצט אלזשיר צו צפון, ניזשער צו מזרח, בורקינע פאסא און דעם בארטן פון העלפאנדביין צו דרום, גינע צו דרום־מערב, און סענעגאל און מאריטאניע צו מערב. זי האט א שטח פון מער ווי 1,240,000 ק"מ² מיט א באפעלקערונג פון 14.5 מיליאן. די הויפטשטאט איז באמאקא.

מאלי באשטייט פון אכט ראיאנען. די צפונדיקע גרענעצן גייען טיפ אריין אין דעם סאהארא, אבער אין דרום, וואו דער מערסטער טייל פון איינוואוינער וואוינען, זענען די ניזשער און סענעגאל טייכן. דער עקאנאמישער סטרוקטור פון לאנד דרייט זיך ארום לאנדווירטשאפט און פישעריי. מאלי האט נאטירלעכע רעסורסן ווי גאלד, אוראניום, פיך און זאלץ. העלפט פון דער באפעלקערונג לעבט אונטער דער אינטערנאציאנאלער ארימקייט ליניע פון US$1.25 א טאג.[1]

אינעם 19טן יארהונדערט האט פראנקרייך גענומען קאנטראלע איבער מאלי, וואס איז דעמאלסט געווארן א טייל פון פראנצויזישן סודאן. אין אפריל 1959 איז פראנצויזישער סודאן באהאפטן געווארן מיט סענעגאל צו ווערן די מאלי פעדעראציע, וואס איז געווארן זעלבשטענדיק אין דער פראנצויזישער געמיינדע יוני 1960. אויגוסט 1960 האט = סענעגאל ארויסגעטראטן פון דער פעדעראציע. אין סעפטעמבער 1960 האט די פעדעראציע געענדערט איר נאמען צו "רעפובליק פון מאלי" און האט זיך צוריקגעצויגן פון דער פראנצויזישער געמיינדע.

מאלי האט נישט קיין בארטן ביים ים. צוויי גרויסע טייכן פליסן אין מאלי, דער סענעגאל טייך אין מערב פון לאנד און דער ניזשער טייך וואס פליסט אדורך דעם צענטראלן טייל פון לאנד. די אלע הויפט שטעט אין לאנד ליגן אויפן ניזשער טייך, צווישן זיי די הויפטשטאט באמאקא און די אוראלטע הויפטשטאט טימבוקטו.

  1. Human Development Indices (אויף ענגליש), טאבעלע 3: מענטשלעכע און איינקונפט ארימקייט, עמ' 35. דערגרייכט דעם 1טן יוני 2009