דיין
א דַיָין (און ביי א געריכט הייסט ער אויך: ריכטער) איז דער וואס באשטימט צום לעצט דער דין פון א קאנפליקט צווישן צוויי לייט.
א דיין אין די תורה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א דיין אדער ווי מ'שרייב דוֹמֶ"ץ {דיין ומורה צדק], איז איינער וואס האט זיך געלערענט, און באקומען די הוראה פון פריעדיגע דיינים, צו קענען פסק'ען שאלות לויט די תורה געזעצן.
אמאל ווען יעדער פלעגט אליין שחט'ן, און כשר מאכן די פלייש ביי זיך אין שטוב, האט א דיין נישט געהאט קיין סאך רוה, ס'האט זיך כסדר געמאכט איסור והיתור שאלות, אויף וואס ער האט געדארפט צו קענען אלע צדדים און שיטות, צו קענען ענטפערען שנעל און גוט, אן קיין טעות.
היינט צו טאגס איז א דיין בעיקר פאר פירן דיני תורות און ענטפערן שאלות וואס מאכט זיך טאג טעגליך אין א יידישע פרומע שטוב, ווי בשר בחלב, הלכות שבת, און הלכות נדה.
פארשטייט זיך, אז צו טוהן אזא ארבעט דארף מען זיין א אחריות'דיגע ירא שמים.