לדלג לתוכן

פלארידע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פלורידע)

פלארידע איז איינע פון די 50 שטאַטן פון אמעריקע, זי ליגט אויפן דרום-מזרח טייל פונעם לאנד. און ווערט אנגערופן דער גן עדן פון אמעריקע.

א דאנק איר ווארימער קלימאט וואס הערשט אין פלארידע אויך אין קאלטע ווינטער טעג, שטראמען אהין הונדערטער טויזנטער אמריקאנער פון די קאלטע צפון שטאטן צו דער ווארימער פלארידע.

פלארידע איז די דריט גערעסטע שטאט אין באפעלקערונג

די באפעלקערונג פונעם שטאַט לויטן 2020 צענזוס איז 21,538,187

פלארידע איז צוטיילט און פיר הויפט טיילן:

  1. נארדערן (צפון) פלארידע, די מערסטע באקאנטסטע געגנט איז דשעקסאנוויל, דער טייל גרעניצט זיך מיט דעם שטאַט דזשארדזיע.
  2. צענטראל פלארידע, די מערסטע באקאנטסטע געגנט איז ארלענדא.
  3. סאדערן (דרום) פלארידע, די מערסטע באקאנטסע געגנט איז מיאמי.
  4. די פענ-הענדל, דאס איז דער לאנגער ברייטער צפון-מערב טייל, דער חלק איז די ווייניגסטע באוואוינט, עס גרעניצט זיך מיט די שטאַט עלעבעמע.

דער הויפט שטאט פון פלארידע איז טאלאהאסי.

וואלן באאמטע זיפן דורך מיליאנען וואל צעטלעך אין פלארידע מיט גרויס פארזיכטיגקייט.

פלארידע איז ברייט באקאנט געווארן בעת די 2001 פרעזידענט וואלן צווישן דעם דעמאלטסדיגן טעקסעס גובערנאטאר דשארדש דאבעליו בוש און דעם ארויסגייענדיגן וויצע פרעזידענט על גאור, וואס די אנטשיידונג פון די וואלן איבערן לאנד האט זיך געוואנדן אין דעם אויסערגעווענליכן נאנטן פארמעסט אין פלארידע. די אויסגאנג פון די פארמעסט האט זיך געצויגן וואכן לאנג איבער די ציילונגען און איבער ציילונגען פון די פלארידע שטימען.

פאר פרומע אידן איז באקאנט די געגנטן מיאמי און מיאמי ביטש, וואס מען קומט אהין פאר אפרו און עלטערע מענשטן באזעצן זיך אויסצולעבן זייער יארן במנוחה. עס איז נעבן וואסער און דער קלימאט איז געוואלדיג הייס גרינג און געזונט.

אויך איז דער געגנט ארלענדא באקאנט, ווי פרומע פארפעלקער פארן אהין שטראוואנצן.

מיאמי איז דער עקסטרעמער דרום שפיץ פון פלארידע און אויך אמעריקע, עס איז קנאפע 70 מייל אוועק פון קובא, דעריבער שווערצן זיך אהין אסאך אומלעגאלע קובאנע אימיגראנטן ווי זיי קומען אהין אן מיט היימיש-געמאכטע שיפלעך, אסאך פון זיי לעבן עס נישט איבער און דערטראנקען זיך.

פלארידע ווערט אסאך געשלאגן פון שעדליכע שטורעם ווינטן, "הוראגאנען", ספעציעל די דרום-מערב טייל וואס בארטנט זיך מיט די ווארעמע וואסערן פון גאלף אוו מעקסיקא.

עקאנאמיע

די הויפט עקאנאמיע פון פלארידע איז טוריזם. אנדערע אינדוסטריעס זענען ציטרוס פרוכט און אויסגראבן פאספאטן.

די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע
אהאיאאייאוועאיידעהאאילינויאינדיאנעאלאבאמאאלאסקעאקלעהאמעאריזאנעארעגאןארקענסאדזשארדזשיעדעלעווערדרום דעקאטעדרום קאראליינעהאוואיוואשינגטאןוויאמינגווירדזשיניעוועסט ווירדזשיניעוויסקאנסיןווערמאנטטענעסיטעקסאסיוטאלואיזיאנאמאנטענעמאסאטשוסעטסמישיגןמינעסאטעמיסיסיפימיזורימעיןמערילאנדניו העמפשערניו זשערסיניו יארקניו מעקסיקאנעבראסקאנעוואדאפלארידעפענסילוועניעצפון דעקאטעצפון קאראליינעקאלאראדאקאליפארניעקאנעטיקעטקענזעסקענטאקיראוד איילענד