פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 דעצעמבער 14
מראה
- עמאציענאלער רירענדער ווידעא פון חנוכת הבית פון היטארישער חב"ד מקוה אין בייזשינג כינע וואס איז נתנדב געווארן דורך די סאטמארער פילאנטראפן ר' יחזקאל בראך און די גאדינגער משפחה ווערן געזען חזן העלפגאט און נאך, פרדוצירט דורך א אידיש מיידל וואס ווערט פרום און האט חרטה אויף איר אסימילאציע פלענער און וויל נאר חתונה האבן מיט איד נאך דעם הערליכן מעמד קידוש ה'. - ווידיאו. [1]
- ניו יארק פאסט: צווייטער מחנך אין איין וואך אונטער ארעסט אין חרדישע ברוקלין געגענט אויף סעקסואל באלעסטיגונג באשולדיגונג; דאס מאל א משגיח פון גור'ע ישיבה אין בארא פארק אין קייטלעך נאך א בחורס באשולדיגונג. [2]
- ר' שמואל חיים פאפענהיים, רעדאקטאר פון העדה דער זשורנאל פון עדה החרדית רייסט אראפ די נטורי קרתא עסקנים וואס האבן זיך באטייליגט אין איראן קאנפארענץ פון האלאוקאוסט לייקענער. [3]
- חתן בחור פון הר נוף בעפארן חתונה געווינט לאטערי פרייז פון 50 מיליאן שקל. [4]
- חרדישער ליטווישער צייטונג, יתד נאמן מיט עדווערטייזמענט פון בילד וואס האט פיטער אין פלייש אויסגמישט. [5]
- זשואיש פרעס קריטיקירט דעם ניו יארק פאסט העדליין שרייבער וואס זיי קימערן זיך נישט מיט אידישע געפילן און קומען אייביג אויף מיט שרייענדע קעפלעך וואס נוצן האקעלע אידישע באגריפען וואס טשעפעט טיעף. וו.צ.ב. פארן רודפן שעלי סילווער און אנרופען דעם פרומען איד א חזיר ליבהאבער צוליב זיין געבן גרויס געלט פון די שטייערן פאר ארגענעזאציעס וואס פארזיכערן זיין פאליטישער פאוער. אדער די קעפלעך אין די סאטמאר מחלוקת נייעס וואס שפעט זייער שטארק פון חסידים. [6]
- וואס קען ברוין טוהן פאר דיר?: יו. פי. עס. איז מסביר זייער פאליסי פארוואס זיי שטעלן ינשט צו קיין סערוויס פאר די מתנחלים. [7]
- הרב עובדיה יוסף שטעלט זיך צו הרב אלישב און גור'ער רבי אנטקעגן אל על זיי צו בויקאטירן צוליב חילול שבת. [8]
- יונתן ראזענבלום דער שריפט שטעלער פון ירושלים און משפחה קאלומניסט באשטעטיגט אז הארץ גרייט צו גרויסן ארטיקל דעם שבת איבער די 4 קנאים מענער וואס האבן געשלאגן א פרוי אויף א באס פון כותל וואס וויל זיך נישט געוואלט אויפשטעלן אויף זייער באפעל צו גיין פון אונטן צוליב צניעות. [9]
- ארץ ישראל וועט האבן אין בוזשעט צו שפענדן 93 מיליאן דאלער די יאר פאר רעליגיע צוועקן. [10]
- אידישער שומר דערשטאכן אין ירושלים דורך אן אראבער איז קריטיש. [11]
- זינט די עוואקואירונג פון די אידן אין עזה איז דא מער ווערעם אין די סאלאטן. [12]
- רבנים דאווענען צוזאמען מיט דעם אנטיסעמיטישער גוי, דער דעמאקראטיק געוועזענער פרעזידענט זשימי קארטער, צוליב זיין נייע אנטי מדינת ישראל און פרא פאלעסטינער בוך. [13]
- עמאציענאלע טראנסקריפט פון אויספארשונג אויף ש"ס פארטיי חבר הכנסת ר' שלמה בניזרי און גרויסער ספרדישער מחזיר בתשובה ראש ישיבת אור החיים ר' ראובן אלבז דורך עד המדינה וואס איז געוועזן אמאל זייער חבר און גרעסטער חסיד, און איצט איז ער געווארן זייער הויפט באשולדיגער וואס טענהט ער האט זיי געגעבן שוחד צו באקומען רעגירונג קאנטראקטס דורך קארופטירטע בידס. [14]