לדלג לתוכן

נתניה

פֿון װיקיפּעדיע
נתניה
נתניה הימל-ליניע
מדינה / טעריטאָריע ישראל
גרינדונג דאַטע 1929
ראַיאָן צענטער דיסטריקט
בירגערמייסטער מרים פייערבערג-איכר
שטח 29.040 קוואדראט ק"מ
הייך 28 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

210,834‏  (שטייענדיג 2016)
7,260 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2

נתניה איז א שטאט אין צענטער דיסטריקט אין ישראל, איר שטח איז גרויס 28,455 דונאם. געגרינדעט דורך די גרופע בני בנימין אין 1929, ס'האט באקומען דעם סטאטוס פון א שטאָט אין 1948, און געווען די ערשטע שטאט, אנערקענט צו ווערן דורך די נייע רעגירונג. לויט די צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק (הלשכה המרכזית לסטטיסטיקה) ריכטיק פאר דער ענדע פון 2016, איז דא אין נתניה 210,834 איינוואוינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 1.2 פראצענט. רוב איינוואוינערס זענען אידן. נתניה איז באוואוסט אלס א פילפארביגע שטאט אין הינזיכט פון באפעלקערונג. אנפאנג פון די 1990ער יארן האבן זיך באזעצט אין דער שטאט אומגעפער 60,000 נייע אימיגארנטן פונעם געוועזענעם סאוועטן פארבאנד וועלכע זענען אנגעקומען אין א"י אין דער מאסנהאפטער אימיגראציע כוואליע וועלכע האט פאסירט פון אנפאנג פון די 1990ער יארן און האט זיך געענדיגט אנהייב פון די 2000ער יארן און האט געברענגט מיט זיך איבער מיליאן אימיגראנטן פון דעם ראטן-פארבאנד. אויסער די רוסישע עולים האבן זיך אריבערגעצויגן אין נתניה אויכעט עטליכע טויזנטער אימיגראנטן פון עטיאפיע. דורך די 2000ער יארן און היינט אויכעט, ווען דער אנטיסעמיטיזם אין פראנקרייך האט זיך פארשטערקט און די האס-פארברעכנס האבן זיך העפטיג פארמערט, פילע אידן האבן באשלאסן צו פארלאזן פראנקרייך און ארויפקומען קיין א"י, און צווישן זיי פילצאליגע האבן אויסגעוויילט נתניה אלס זייער נייער היים. כמעט אלע אימיגראנטן פון פראנקרייך זענען ספרד'ישע אידן אפשטאמיג פון צפון אפריקע (הויפטזעכלעך פון אלזשיר, מאראקא און טוניסיע).

נתניה ווערט אויך גערופן "די דיאמאנטן שטאט" (העברעאיש: עיר היהלומים) צוליב דער אמאליגער וואקסנדער אינדוסטריע פון דיאמאנטן וואס גייט נאך היינט אן.

אין נתניה וואוינט אויכעט א גרויסע צאל פון היימישע חסידישע אידן, הויפטזעכלעך אינעם חסידישן פערטל קריית צאנז וואס איז געגרינדעט געווארן דורך דעם פריערדיגן צאנז-קלויזענבורגער רבי, הרה"ק רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם זצ"ל און איז באפעלקערט מיט הונדערטער חרדישע משפחות וועלכע געהערן כמעט אלע צום צאנזער חסידות. אין נתניה פלעגן וואוינען אויכעט דער דזשיקאווער רבי, רבי נפתלי חיים אדלער זצ"ל און רבי יחיאל מיכל מיכאלאוויטש פון זלאטשאוו-נתניה-מאנסי, און ביידע זענען באערדיגט אין דעם ארטיגן בית החיים פון נתניה.

די בירגערמייסטערין (מעיארטע) איז מרים איכר פייערבערג.

כביש החוף, פארט אריבער נאנט צום שטאט, און האט עטליכע אפווענדונגען, וועלכע פירן אריין אין שטאט, אין לויפט פון צפון קיין דרום. לאקאלע שאסיי 57, לויפט מזרח מערב, און פארט פון צענטער שטאט, ביז קיין כביש שש, נאנט צו דער גרינער ליניע.

אגד אויטאבוסן געזעלשאפט, און נתיב געזעלשאפט, דינען די פובליק טראנספארט אין שטאט, און אינדרויסן פון שטאט. ישראל באנען האט א סטאנציע אין דער שטאט. אויך אין דרום פון שטאט, געפונט זיך בית יהושע באן סטאנציע, וועלכע די איינוווינער פון דרום נתניה באניצן זיך בעיקר.

באקאנטע איינוואוינער

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נתניה האט די פאלגנדע צווילינג שטעט:‏[1]:

  1. צווילינג שטעט, ביים וועבזייטל פון נתניה מוניציפאליטעט
  2. וועבזייטל פון נתניה מוניציפאליטעט