לדלג לתוכן

יהודה בארקאן

פֿון װיקיפּעדיע
יהודה בארקאן
יהודה בארקן
געבורט 29 מערץ 1945
נתניה, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 23 אקטאבער 2020 (אלט 75)
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט רחובות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.yehudabarkan.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
יהודה בארקאן

יהודה באַרקאַן (העברעיִש: יהודה בארקן; געבוירן נתניה 29סטן מערץ 194523סטן אקטאבער 2020) איז געווען אן ישראלדיקער אקטיאר, פראדוצירער, רעזשיסאר און סצענאר שרייבער. ער איז באקאנט געווארן אין די 1970ער און די 1980ער פאר די קונץ-מאכעריי פראגראמען וואס ער האט געשריבן און רעזשיסירט, און אויך פאר זיינע ראלעס אין בורעקאס פילמען ווי "אבא גנוב", "צ'רלי וחצי" און "חגיגה בסנוקר". ער האט געוואונען דעם מפעל חיים פריז פון די ישראלדיקע פילם אקאדעמיע.

בארקאן האט געשפילט אין באקאנטע פילמען צוזאמען מיט אנדערע בארימטע אקטיארן ווי זאב רווח, ניצה שאול און טוביה צפיר.

בארקאן איז געבוירן געווארן אין נתניה אין יאר 1945 מיטן נאמען יהודה יחזקאל בערקאוויטש.

אין 1975 האט בארקאן חתונה געהאט צום צווייטן מאל; פון דעם זיווג האט ער דריי קינדער.

אין די אנהייב 2000ער יארן איז בארקאן געווארן א בעל תשובה, און האט חתונה געהאט מיט זיין דריטן זיווג. זיי האבן זיך געצויגן צום רעליגיעזן מושב (זידלונג) בית גמליאל.[1]

בארקאן איז נפטר געווארן דעם 23סטן אקטאבער 2020 צוליב קאָוויד-19.

  1. חדשות - שליפות nrg - שליפות עם יהודה ברקן. Nrg.co.il. דערגרייכט דעם 2010-12-25.