לוגאנא

פֿון װיקיפּעדיע
לוגאנא
www.lugano.ch

לוגאנא (איטאליעניש: Lugano) איז א חשובע שטאט אינעם קאנטאן טיטשינא אין דרום שווייץ וואס ליגט אויף דער אזערע וואס הייסט אויף איר נאמען. זי איז א גרויסער צענטער פאר טוריזם. די איינוואוינער רעדן איטאליעניש. זי איז די ניינטע גרעסטע שטאט אין דער שווייץ לויט באפעלקערונג.

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די שטאט ליגט דרום פון די אלפן ביים ברעג פון דער לוגאנא אזערע (איטאליעניש: Lago di Lugano אדער Ceresio) דארט וואו דער קאסאראטע טייך פלוסט אריין אין דער אזערע, צווישן לאגא מאגיארע און לאגא די קאמא.

יידישקייט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לוגאנא האט א יידישע קהילה מיט בערך 500 משפחות, צווישן זיי צענדליגע חרדישע משפחות. דער היינטיגער רב פון דער קהילה איז דער אדמו"ר הרב בן-ציון ראבינאוויטש פון ביאלא. דער פריערדיגער רב איז געווען הרב שלמה זלמן פרידמאן פון ראחאוו.


פאנאראמא פון לוגאנא

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לוגאנא