באמבי

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Bambi Logo Black.svg

באַמבי אדער בעמבי (ענגליש: Bambi) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער דראמא פילם פֿון 1942. דייוויד הענד איז געווען דער הויפט רעזשיסאר. דער פילם איז געמאכט געווארן דורך וואלט דיזני. ער איז באזירט אויפן בוך "באַמבי, לעבן אינעם וואַלד" פֿון פֿעליקס זאַלטן. דער פילם איז באפרייט געווארן אין קינאס דורך RKO ראדיא פילמען דעם 13טן אויגוסט 1942. ער איז דער פינפטער פולער לענג וואלט דיזני אנימירטער פילם. די געשיכטע איז וועגן א יונגער הערש מיטן נאמען באַמבי. ער לערנט צו אויסוואקסן אינעם ווילד נאך זיין מוטער איז שיסט דורך יעגערן. די הויפט כאראקטערן זענען באַמבי, א ווייסן-עק הערש, זיינע עלטערן (זיין מוטער און דער גרויסער פרינץ פֿונעם וואַלד), און זיינע פריינט טאַמפּער (א קיניגל), בלום (א טכויר), און זיין חברטע פֿאַלין, וואס שפעטער געווארן זיין ווייב.