קיניגל

פֿון װיקיפּעדיע
א ווילד קיניגל

דאס קיניגל איז א חיה וואס איז ענלעך מיט דעם האז, אבער איז קלענער פון אים. אין נאטור גראָבט דאס קיניגל פאר זיך א הייל איין מעטער אין דער ערד. עס האט ווייכע האר, מיט פארשידענע פארבן צווישן זגאלן. מען האדעוועט קיניגלעך צוליב פארקויפן זיי און פאר זייער פעלץ, וואס ווערט באנוצט אין מאכן וועש. דער קיניגל-פעלץ ווערט אויך באנוצט צו אימיטירן טייערערע פעלצן, ווי צום ביישפיל דער פעלץ פונעם לעמפערט.