לעמפערט

פֿון װיקיפּעדיע
אַן אַפֿריקאַנישער לעמפּערט

דער לעמפּערט (Panthera pardus; נקבה: לעמפּערטיכע) איז אַ גרויסע קאַץ פֿונעם מין פּאַנטער וואָס וואוינט אין אַפֿריקע און אַזיע.

דער ברטנורא אין מסכת אבותשרייבט, אז דער לעמפערט איז א געמישטער סארט, פון א וואלד שוויין און א לייבכע. און כאטש עס איז נישט אזוי שטארק ווי א לייב, איז עס א אומפארשעמטער און דרייסטער ווי א שוויין.

אנדערש פון דעם לייב, לעבט דער לעמפּערט נישט גרופּענווײַז. די דערוואַקסענע זכרים לעבן אַליין, און די נקבות לעבן נאָר מיט זייערע קעצלעך. לעמפּערטן וואוינען אין אומגעגנטן מיט עטלעכע ביימער. זיי זײַנען גוטע קלעטערערס און קלעטערן אויף ביימער אָפֿט. זיי קענען טראָגן זייער שפּײַז אויף די ביימער צו באַשיצן עס פֿון היענעס און לייבן. ביימער זענען אויך זייערע הויפּט שיצונג פֿון לייבן אָדער הינט אָנפאַלן.

די ענלעכסטע קאַץ צו דער לעמפּערט אין לעבנסשטייגער איז דער יאַגואַר, וואָס וואוינט אין צענטראַל און דרום־אַמעריקע.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לעמפּערטן