באלט (2008 פילם)

פֿון װיקיפּעדיע

באלט (ענגליש: Bolt) איז אן אמעריקאנישער קאמפיוטער אנימירטער אוואנטורע/אקציע קאמעדיע פילם פון 2008, וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס און באפרייט געווען דורך וואלט דיזני פילמען. דער פילם איז וועגן א קליינע, ווייסע גלעטלינג הונט וואס האט געוואוינט אויף דעם סעט פון א טעלעוויזיע סעריע און גלייבט אז ער האט סופער כוחות. ווען ער גלייבט אז זיינע מענטשלעכע בעלים, פעני, איז געווארן אוועקגעכאפט, גייט ער אויף א רייזע צו "ראטעווען" זי.