שניי ווייס און די זיבן קארליקעס (1937 פילם)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
די בארימטע "הײַ האָ" סצענע פונעם פילם, וואס איז אנימירט געווארן דורך שעימוס קאַלהיין

שניי ווײַס און די זיבן קאַרליקעס (ענגליש: Snow White and the Seven Dwarfs) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם פון 1937. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס און באפרייט געווארן דורך RKO ראדיא פילמען. ער איז באזירט אויף דער דייטשער מעשה פון די ברידער גרים. ער איז דער ערשטער פולער לענג טראדיציאנעלע אנימאציע פילם און דער ערשטער פון די "וואלט דיזני אנימירטע קלאסישע פילמען". די מעשה איז אדאפטירט געווארן דורך די סטאריבארד קינסטלער דאראטי אן בלאנק, ריטשארד קרידאן, מעריל דע מאריס, אטא ענגלאנדער, ערל הערד, דיק ריקארד, טעד סירס און וועב סמיט. דייוויד האנד איז געווען דער סופערווייזונג רעזשיסאר, און וויליאם קאטרעל, ווילפרעד זשעקסאן, לארי מורי, פערס פירס און בען שארפסטין האבן געווען רעזשיסירן די פארשידענע סדרים פונעם פילם.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

א שלעכטע מלכה האט א שפיגל און זי פרעגט "שפיגל, שפיגל אויף דער וואנט, ווער איז די שענסטע פון זיי אלע?" די שפיגל ענטפערט "שניי ווײַס". שניי ווײַס איז פארפאלן אינעם וואלד, און געפינט דער היים פון זיבן קאַרליקעס. זי זויבט זייער היים, און זיי לאזן זי צו בלייבן מיט זיי. די מלכה געפינט וואס דאס הארץ אינעם קעסטל איז פון א חזיר, אזוי זי גייט און טוישט זיך צו אן אלטע מכשפה. דער ווייטער טאג, זי גייט צו דער היים פון די קאַרליקעס ווען זיי זענען אינדרויסן, און איבערצייגט שניי ווײַס צו בייסן אן עפל, וואס מאכט זי פאלן צו טויט. פלוצעם, די קאַרליקעס יאגן נאך די אלטע מכשפה איבער א פעלד און כאפן זי. זי פרובירט צו קייקלען א ריזיגער שטיין איבער זיי, אבער בליץ שטרייקט און זי שטארבט. שניי ווײַס איז אויפגעוועקט דורכן קוש פון א שיינעם פרינץ.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: שניי ווייס און די זיבן קארליקעס (1937 פילם)