וואלט דיזני

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דער ארטיקל דיסקוטירט וואלט דיזני, דער פערזאן. אויב איר זוכט זיין פירמע, זעט די וואלט דיזני פירמע.
דיזני אויף 1946

וואלטער עליאַס "וואלט" דיזני (ענגליש: Walter Elias "Walt" Disney; ‏5טן דעצעמבער, 1901 – 15טן דעצעמבער, 1966) איז געווען אן אמעריקאנער פילם פראדוצירער, רעזשיסאר, סצענאר שרייבער, אקטיאר, איניציאטאר, און פילאנטראפ, וואס האט געהאט א שטארקן איינפלוס אינעם פעלד פון פארוויילונג אין דעם 20סטן יארהונדערט. מיט זיין ברודער רוי דיזני האט ער געגרינדעט וואלט דיזני פראדוקציעס, וואס איז שפעטער געווארן פון די בעסטע באוואוסטע פילם פראדוצירערס אין דער וועלט. די פירמע הייסט היינט די וואלט דיזני פירמע און האט יערליכע הכנסות פון USD $35 ביליאן.

דיזני האט געשאפן די כאראקטערן מיקי מויז און דאנאלד דאק. ער האט אויך געשאפן דעם דיזנילאנד טעמע פארק.