דיזנילאנד
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם אָריגינעלעם פּאַרק אין אַנאַהיים, קאַליפֿאָרניע. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט דיזנילאנד (באדייטן).
דיזנילאַנד פּאַרק (ענגליש: Disneyland Park) איז אַ טעמאַטישער שפּילפּאַרק אין אַנאַהיים, קאַליפֿאָרניע, די פֿאַראײניקטע שטאַטן. ער איז דער ערשטער און אָריגינעלער דיזנילאַנד, און איז געגרינדעט געווארן דעם 17טן יולי 1955 דורך וואָלט דיזני, דער שאַפֿער פֿון מיקי מויז. ער איז איינער פֿון די מערסט פּאָפּולערע שפּילפּאַרקן אין דער וועלט, און האט געפֿייערט זיין זעכציקסטע יאָר דעם 17טן יולי 2015.
אין 2001 איז דער אומגעגנט ארום דער פּאַרק אױסגעשטופּערט געווארן צו מאַכן אַ רעזאָרט מיט דריי האָטעלן, אַן אָנקויף און רעסטאָראַן אומגעגנט מיטן נאָמען דאַונטאַון דיזני (Downtown Disney) און אַ צווייטער פּאַרק, דיזני קאַליפֿאָרניע אַוואַנטורע (Disney California Adventure). היינט ווערט דער אומגעגנט גערופֿן דער דיזנילאַנד רעזאָרט (Disneyland Resort).
דער פּאַרק אויפֿבעט אַ סך פֿאַרשידענע וועגן פֿאַר זיינע געסט צו האָבן הנאה. צום ביישפיל קענען די געסט געפֿינען "באַהאַלטענע מיקיס" (Hidden Mickeys) אויף יעדער אַפּראַט און ביי דער גאַנצער רעזאָרט. "באַהאַלטענע מיקיס" זענען דער פֿאָרעם פֿון די קאָפ און אויערן פֿון מיקי מויז, און באַווייַזן זיך אין פֿאַרשידענע וועגן אזוי ווי אין דער בעטאָן-פּאָדלאָגע אויפֿן דייזי שטאָק פֿון דער "מיקי און פֿריינט" אָפּלאָגאָרט, אדער דריי קיילעכדיגע הילכערס אויף דער "קאסמאס באַרג" (Space Mountain) אַפּראַט ביי מאָרגנלאַנד (Tomorrowland). "באַהאַלטענע מיקיס" געבן די געסט אַ דערהױבענער וועג צו געפֿינען צויבער ארום דער פּאַרק.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אפיציעלער וועבזייטל (אויף ענגליש)
דער ארטיקל וועגן א דיזני טעמע איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |