אליס אין ווונדערלאנד (1951 פילם)
אַליס אין ווונדערלאַנד Alice in Wonderland | |
באזירט אויף | "אליסעס אוואנטורעס אין ווונדערלאנד" און "אדורכן שפיגל" פון לואיס קאראל |
רעזשיסאר | קלייד דזשעראנימי ווילפרעד דזשעקסאן העמילטאן לאסק |
פראדוצירער | וואלט דיזני |
שטימע אקטיארן | קאטרין בומאנט עד ווין ריטשארד היידן סטערלינג האלאוויי דזשערי קאלאנא ווערנא פעלטאן דזשיי. פעט אמאלי ביל טאמפסאן יאזעף קירנס דינק טראוט דזשיימס מאקדאנאלד |
מוזיק | אליווער וואלאס |
רעדאקטירונג | לויד ריטשארדסאן |
סטודיא | וואלט דיזני פילמען |
פארשפרייטער | RKO ראדיא פילמען |
פארשפרייט | 26סטן יולי 1951 (לאנדאן, פרעמיערע) 28סטן יולי 1951 (ניו יארק סיטי, פרעמיערע) |
לענג | 75 מינוטן |
לאנד | פאראייניקטע שטאטן |
שפראך | ענגליש |
בודזשעט | $3 מיליאן |
הכנסות | $5.6 מיליאן (פאראייניקטע שטאטן, 1951) |
אַליס אין ווונדערלאַנד (ענגליש: Alice in Wonderland) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1951 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני און איז באזירט אויף דער לואיס קאראל ראמאן "אליסעס אוואנטורעס אין ווונדערלאנד" פון 1865. ער איז דער 13סטער וואלט דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג, און האט די שטימעס פון קאטרין בומאנט אלס אליס און עד ווין אלס דער משוגענער היטלמאכער.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א יונגע מיידל מיטן נאמען אַליס לאַנגוויילט זיך ווען איר שוועסטער געבט זי א לעקציע אין היסטאריע. צוזאמען מיט איר קאץ דינקע שלייכט זי אוועק און טראכט אויס א וועלט געפילט מיט זינלאָזקייט. אבער, אַליס זעט א מאדנע ווייס קיניגל וואס טראגט א גרויסן גאלדענעם האַנטזײגער און איילט זיך אוועק. מיט נייגעריקייט פאלגט אַליס נאָך דאָס קיניגל אריין אין זיין נאָרע, וואו עס הייבן זיך אן אירע אוואנטורעס אין ווונדערלאנד. נאָך וואס זי ווערט גרעסער און קלענער און טרעפט מיט משונהדיקע לייטן ווי דעם משוגענעם היטלמאכער, דעם מארץ האז, דעם טשעשיר קאָטער און דעם שלייערל ווערט אַליס זייער מיד און וויל גיין אהיים.
שטימע אקטיארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- קאַטרין בומאָנט אַלס אַליס
- עד ווין אַלס דער משוגענער היטלמאַכער
- ריטשאַרד היידן אַלס דער שלייערל
- סטערלינג האָלאָוויי אַלס דער טשעשיר קאָטער
- דזשערי קאָלאָנאַ אַלס דער מאַרץ האָז
- ווערנאַ פֿעלטאָן אַלס די הערצער-קעניגין
- דזשיי. פּעט אָמאַלי אַלס טווידלדאַם און טווידלדי, דער וואָלראָס, דער סטאָליער און מוטער אויסטער
- ביל טאָמפּסאָן אַלס דאָס ווייס קיניגל און דער דאָדאָ
- העטהער ענדזשל אַלס אַליסנס שוועסטער
- יאָזעף קירנס אַלס דאָס טירהענטל
- לערי גריי אַלס ביילי די יאַשטשעריצע און דער פֿאַרבער-קאָרט
- קוויני לענאַרד אַלס פֿויגל אין בוים און די שטאָלצע בלום
- דינק טראַוט אַלס דער הערצער-קעניג
- דאָריס לויד אַלס די ראָזע
- דזשיימס מאַקדאָנאַלד אַלס די דרעמלמויז
- טערל רייוונסקראָפֿט, ביל לי, מאַקס סמיט און באָב העמלין אַלס די פֿאַרבער-קאָרטן
- דאָן באַרקליי אַלס אַנדערע קאָרטן
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- "אַליס אין ווונדערלאַנד" ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)
דער ארטיקל וועגן א פֿילם טעמע איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |
דער ארטיקל וועגן א דיזני טעמע איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |