לדלג לתוכן

ראטאטואי (פילם)

פֿון װיקיפּעדיע
ראַטאַטואי
Ratatouille
רעזשיסארברעד בערד
יאַן פּינקאַוואַ
פראדוצירערברעד לואיס
שטימע אקטיארןפּעטאָן אָסוואָלט
לו ראָמאַנאָ
פּיטער סאָן
ברעד גאַרעט
דזשענין גאַראָפֿאַלאָ
איען האָלם
ברייען דענעהי
פּיטער אָטול
מוזיקמייקל דזשאַקינאָ
אַלעקסאַנדרע דעספּלאַט
רעדאקטירונגדאַרען טי. האָלמס
סטודיאוואָלט דיזני פֿילמען
פּיקסאַר אַנימאַציע סטודיאָס
פארשפרייטערוואָלט דיזני סטודיאָס פֿילמען
פארשפרייט22סטן יוני 2007 (קאָדאַק טעאַטער)
29סטן יוני 2007 (פאראייניקטע שטאטן)
לענג111 מינוטן
לאנדפאראייניקטע שטאטן
שפראךענגליש
בודזשעט$150 מיליאָן
הכנסות$620.7 מיליאָן

ראַטאַטואי (ענגליש: Ratatouille) איז א קאמפיוטער אנימירטער פילם פון 2007. ער איז רעזשיסירט געווארן דורך ברעד בערד און האט די שטימעס פון פּעטאָן אָסוואָלט, לו ראָמאַנאָ, פּיטער סאָן, ברעד גאַרעט, דזשענין גאַראָפֿאַלאָ, איען האָלם, ברייען דענעהי און פּיטער אָטול. די געשיכטע פאסירט אין פאריז, פראנקרייך, און איז וועגן א שטשור וואס וויל ווערן א קאָך-מייַסטער ביי א רעסטאראן. פאר דער דאזיקער ציל, די שטשור, רעמי, באַפֿרייַנדט א מענטש מיטן נאמען אלפֿרעדאָ לינגואיני. דער פילם איז פראדוצירט געווארן דורך פיקסאר אנימאציע סטודיאס און באפרייט געווארן דורך וואלט דיזני פילמען.

דזשעד פּינקאַוואַ האט געשריבן די אריגינעלע געדאנקען אין 2001, אבער אין 2005 איז ברעד בערד געבעט צו רעזשיסירן דער פילם אנשטאט. ער אויך האט געגאנגען מיט עטלעכע פראדוקציע מאנשאפט מיטגלידער צו פראנקרייך צו באקומען נייע געדאנקען. זיי האבן געפֿרעגן עצות פון קאָך-מייַסטערס פון פראנקרייך און די פאראייניקטע שטאטן. דער פילם איז ערשטנס אויסגעשטראַלט געווארן דעם 22סטן יוני 2007 אין דער קאָדאַק קינא ביי לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע. דערנאך האט ער געוואונען דער אקאדעמיע פריז פאר בעסטער אנימירטער פילם.