אינעווייניק ארויס (2015 פילם)

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Inside Out (2015 film) Logo.svg

אינעווייניק ארויס (ענגליש: Inside Out) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער דראמא-קאמעדיע פילם פון 2015. ער איז פראדוצירט געווארן דורך פיקסאר אנימאציע סטודיאס פאר וואלט דיזני פילמען, און איז דער 15טער פילם אין פיקסאר'ס פילם סעריע. ער איז רעזשיסירט געווען דורך פּיט דאָקטער, און איז אויסגעשטראַלט געווארן ביי דער קאן פילם פעסטיוואל דעם 18טן מיי 2015. דער פילם איז באפרייט געווארן דעם 19טן יוני 2015.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רײַלי אַנדערסען איז אן 11-יאריקע מיידל. זי איבערקלייַבט זיך מיט איר פאמיליע פון מינעסאטע צו סאן פראנציסקא. דאס באַווירקט אויף א סך געפילן אין איר קאפ. די פינף געפיל כאראקטערן זענען פרייד, צארן, איבל, שרעק און אומעט. אלע דאזיקע געפילן הילפן רײַלי טראכטן. זיי הילפן איינער-אנדער מיטן הילף פון רײַלי'ס מוח. יעדן כאראקטער האט א קראפט איבער אן אינזל פון רײַלי'ס לעבן, וואס פֿיגורירן פארשידענע טיילן פון איר פערזענלעכקייט. נאך א סעריע דערשיינונגען וואס טוישן פארשידענע זאכן, זי לערנט צו אונטערנעמען אירע נייע לעבן.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אינעווייניק ארויס

"אינעווייניק ארויס" ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)