סינדערעלא (1950 פילם)
סינדערעלאַ Cinderella | |
באזירט אויף | "סינדערעלאַ" פון טשאַרלס פּעראלט |
רעזשיסאר | קלייד דזשעראנימי האַמילטאן לוסקע ווילפרעד דזשעקסאן |
פראדוצירער | וואלט דיזני |
שטימע אקטיארן | איילין וואודס עלינאר אדלי ווערנאַ פֿעלטאן ראדאַ וויליאַמס דזשיימס מאַקדאנאַלד לואיס וואַן רוטען דאן באַרקליי וויליאַם פֿיליפּס מייק דאַגלעס לוסיל בליס |
מוזיק | אָליווער וואָלאַס פּאל דזשיי. סמיט מעק דייוויד דזשערי ליווינגסטאן אַל האפֿמאַן |
רעדאקטירונג | דאנאַלד האלידיי |
סטודיא | וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס |
פארשפרייטער | RKO ראַדיא פֿילמען |
פארשפרייט | 15טן פעברואר 1950 (באסטאן) 4טן מערץ 1950 (פאראייניקטע שטאטן) |
לענג | 45 מינוטן |
לאנד | פאראייניקטע שטאטן |
שפראך | ענגליש |
בודזשעט | $2.9 מיליאן |
הכנסות | $263.6 מיליאן |
סינדערעלאַ (ענגליש: Cinderella) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער מוזיקפילם וואס איז געווארן פראדוצירט אין 1950 דורך וואלט דיזני און פארשפרייט דורך RKO ראדיא פילמען. ער איז דער 12סטער וואלט דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין א ווייטן קעניגרייך וואוינט סינדערעלאַ אין פריד מיט אירע עלטערן, ביז איר מוטער שטאַרבט. סינדערעלאַ'ס פֿאָטער הייראט מיט א קאלטע, געמיינע פרוי מיטן נאמען ליידי טרעמיין, וואס האט צוויי טעכטער מיט די נעמען דריזעלאַ און אַנאַסטאַזיע. ווען סינדערעלאַ'ס פֿאָטער שטאַרבט, די שטיף-מוטער מאכט זי א דינסטמויד אין איר אייגענע שטוב. דערווייל באשטימט דער קעניג אין דעם ווייטן שלאָס אז זיין זון דער פרינץ זאל געפינען א פאַסיקע כלה און ברענגען מיט זי א געוויסן צאל אייניקלעך. דער קעניג רופט יעדע ווערטיקע מיידל אין דאס קעניגרייך צו א גרויסן באַל, וואו זיין זון וועט קענען קלייבן זיין כלה. סינדערעלאַ האט נישט קיין פאַסיקן קלייד פאר א באַל, נאר אירע פריינט די מייז (געפירט דורך זשאַק און גוס) און די פויגלען העלפן זי מאכן א קלייד. אבער, די שלכעטע שטיף-שוועסטער צערייַסן דאס קלייד דעם אָוונט פונעם באַל. נאך דעם, די שטיף-מוטער און די שטיף-שוועסטער פֿאָרן צו דעם באַל ווען סינדערעלאַ וויינט אין איר גארטן. איר ווייטאָג ענדיקט זיך ווען איר קוואַטערין נוצט איר צויבער צו געבן זי א פֿיאַקער, א קוטשער, פֿערד, א דינער און א העלע זילבערע באַלקלייד מיט בריליאנטן. אבער, די קוואַטערין ווארענט סינדערעלאַ אז זי דארף קומען צוריק איידער פארנאכט ווייל אלע די דאזיקע זאכן וועלן פארוואנדלען זיך צוריק אין זייערע אמתע פֿאָרעמס. אין דער באַל, זי פארליבט זיך מיט דעם פרינץ און דער קעניג מיינט אז סינדערעלאַ איז די בעסטע כלה, אבער ביי פארנאכט לויפט זי אוועק און פארגעסט איינער פון אירע גלאַז-שיך. די פאלאץ היטערס יעגן סינדערעלאַ ווען זי פליט אין איר פֿיאַקער איידער אז דער כישוף זיך צעפאלט. סינדערעלאַ באהאלט זיך מיט אירע גלעטלינגען און די מייז אין א באוואלדטע פלאץ ווען די היטערס איבערפֿאָרן. דער איינציקער טייל וואס האט געבליבן פון סינדערעלאַ'ס פארקליידונג איז דער איינער גלאַז-שוך אויף איר פוס.
דער גרויסער הערצאָג זאגט צו דער קעניג אז סינדערעלאַ, וואס בלייבט אַנאָנים, האט אנטגעלאפן און אז דער פרינץ וויל הייראטן מיט זי. דעם פארלוירענעם גלאַז-שוך איז די איינציקע עדות פאר דאס. דער קעניג געבט ארויס אן אפיציעלער באַפֿעל צו רופן יעדע מייד אינעם קעניגרייך צו מעסטן דעם שוך און געפינען דאס מיידל. נאך ווען די נייעס גרייכט סינדערעלאַ'ס שטוב, ליידי טרעמיין הערט סינדערערלאַ אונטערברומען דעם וואַלץ געשפילט אינעם באַל. ווען ליידי טרעמיין געפינט אז סינדערעלאַ איז דאס מיסטעריעזע מיידל, זי פארמאכט זי אין איר שלאָפֿצימער. ווען דער הערצאָג קומט אריין אין דער שאַטאָ, זשאַק און גוס גנבען דעם שליסל פון ליידי טרעמיינ'ס קעשענע און נעמען אים צו דער בוידעם ווען אַנאַסטאַזיע און דריזעלע דורכפאלן מעסטן דעם שוך. ליידי טרעמיינ'ס קאָטער לוציפֿער פארהאלט די מייז, נאר ברונא טרייבט אים אוועק פון דאס הויז און דערלויבט די מייז צו באפרייען סינדערעלאַ. ווען דער הערצאָג גרייט אוועקצוגיין קומט סינדערעלאַ און בעט צו מעסטן דעם שוך. ווייל ליידי טרעמיין קענט אז דער שוך וועט פאסן, זי מאכט דעם דינער פאלן ווען ער ברענגט דער שוך צום הערצאָג, און דער שוך ווערט צעטראַסקעט אויף דעם פאדלאגע. צו טרעמיינ'ס גרויל און צו דעם הערצאָג'ס באקוועמלעכקייט, סינדערעלאַ געבט אים דעם אנדערן שוך און ער פאסט זיך פערפעקט. דער פילם ענדיקט זיך מיט דעם פרינץ און סינדערעלאַ ביי זייערע חתונה, און זיי לאזן מיט א קוש.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- "סינדערעלאַ" ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)
דער ארטיקל וועגן א פֿילם טעמע איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |
דער ארטיקל וועגן א דיזני טעמע איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |