טכויר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
א געפאסיקטער טכויר

דער טכויר אדער סקאנק איז א חיה וועלכע געהערט צו דער זויגערס פאמיליע, געוויינטלעך מיט א שווארץ-ווייסן פעלץ, וואס האט ארום זיין הינטערלייב א דריז, װאס לאזט ארויס א שטינקענדיגע פליסיגקייט װעלכע באשיצט אים פון זיינע פיינד.

שילדערונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

עס זענען פאראן 11 זגאלן פון טכוירן צוטיילט אויף פיר סארטן. טכוירן פון דעם מין Mydaus באוואוינען אינדאנעזיע און פיליפינען; די אנדערע באוואוינען אמעריקע פון קאנאדע ביז דרום אמעריקע. די דורכשניטלעכע גרייס פון דעם טכויר איז צווישן פערציג און זיבעציג סענטימעטער און זיין וואג איז צווישן א האלבן קילא ביז פיר און א האלב קילא. די קערפער פון די טכוירן איז פארלענגערט, זייערע פיס זענען קורץ און היפש מוסקלדיג, און זייערע פאדערשטע נעגל זענען לאנג. טראצדעם וואס זייער פעלץ פארב וועלכער כאראקטעריזירט זיי איז שווארץ און ווייס, עס איז נישט קיין זעלטענע דערשיינונג זיך צו באגעגענען מיט טכוירן וועלכע פארמאגן א ברוינעם אדער א גרויען פעלץ. אלע טכוירן ווערן געבוירן שוין מיט שטרייפן. עטליכע זגאלן פארמאגען א דיקן שטרייף לענגאויס זייער ריקן און וויידל, און אנדערע האבן צוויי דינע שטרייפן,און אויכעט עס איז פאראן אזעלכע וואס האבן פינטלעך אויף זייער קערפער, אדער געשטרייפענע פיס.

אייגנשאפטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די טכוירן זענען טעטיג ביינאכט, און אומעטום זיי זענען באוואוסט מיט זייערע באשיצונג-מיטל וועלכער באשטייט פון דריזן וועלכע לאזן ארויס א קלעפיגער פליסיגקייט, וואס מיט איר געפערליכן גערוך קען אוועקטרייבן אפילו בערן. געווענליך די טכוירן וואוינען באזונדער ווען זיי פארמערן זיך נישט, אבער אפטמאל עס מאכט זיך אז זיי זאמלען זיך צוזאם, הויפטזעכלעך אין דעם ווינטער און אין קאלטע לענדער, כדי צו האלטן זייערע בשותפות'דיגער נארע ווארעם. דורכ'ן טאג געפינען זיי זיך אין דער נארע, וועלכע זיי גראבן אויס מיט דער הילף פון זייערע שארפע נעגל.

שפייזונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די טכוירן שפייזן זיך פון אלע ערליי עסנווארג אבער אממערסטנס האבן זיי ליב פלייש. זיי עסן אינסעקטן, שלאנגען, יאשטשעריצעס, זשאבעס, פויגלען, אייער און אויכעט וועגאנע זאכן.