היסטאריע פון דייטשלאנד
דייטשלאנד איז שטענדיג געווען אן ארט וואו מענטשן פון אלע מינים האבן געוואוינט און האט קיינמאל זיך נישט פארגעשטעלט אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד מיט איין פאלק ביז אין 90'ער יארן. דאס ארט פלעגט זיין א וואלד וואו אלע ערליי מענטשן פון גאנץ אייראפע האבן זיך געטראפן פלעצער וואו צו וואוינען און האבן צוביסלעך אנגעהויבן באזעצן און אויסהאקן די וועלדער.
דורכאויס די טויזנטער יארן וואס דייטשלאנד איז געווען א ליידיג ארט אן קיים שום רעגירונג האט די געגנט געהאט פארשידענע הערשער, געוואנדן לויט די שטארקייט פון די קעניגן ארום איר. דאס מערסטע טייל יארן האבן די ראמענישע קעניגן געקעניגט אויף די געגענטער וואו עס איז היינט דייטשלאנד. שפעטער זענען שוין אויפגעקומען קעניגן פון דייטשלאנד זעלבסט וועלכע האבן געקעניגט איבער דייטשלאנד און איטאליע. די הערשאפט איז שטענדיג אריבער פון איינעם צום צווייטן און יעדע פון די קעניגן האבן פרובירט צו קעניגן אויף ווי מער שטח, אריינגערעכנט די געגענט וואו עס איז היינט איטאליע. די קעניגן אין דייטשלאנד זענען קיינמאל נישט געווען קין עכטע קעניגן פון קעניגליכע פאמיליעס נאר האבן איבערגענומען די מאכט מיט געוואלד פונעם פריערדיגן פירער.
אין דעם 9טן יארהונדערט איז אויפגעשטעלט די הייליגע רוימישע אימפעריע וואס האט איינגעשפארט די דייטשע לענדער און א גרויסן טייל פון אייראפע. די אימפעריע האט געצויגן ביז 1806.
וויבאלד דייטשלאנד איז נאך נישט געווען קיין זעלבסשטענדיגע לאנד די אלע יארן האט עס נישט געצויגן פרישע איינוואוינערס און די באפעלקערונג צאל איז געבליבן זייער נידעריג. מען שאצט אז מיט טויזנט יאר צוריק האבן נאר געוואוינט ארום 700,000 מענטשן אין דייטשלאנד. ווי נאר עס האבן זיך אנגעהויבן גרופירן עטליכע פאליטישענס און אנגעהויבן ארבעטן אויף זעלבשטענדיקייט האט זיך די באפעלקערונג צאל שטארק צואוואקסן. ביז אין יאר 200' האבן שוין געוואוינט דארט ארום 12 מיליאן מענטשן און די באפעלקערונג איז ווייטער געוואקסן. אין יענע יארן איז די באפעלקערונג צאל פלוצלינג צוריק געפאלן ווען עס האט אויסגעבראכן די היסטארישע שווארצע מגיפה וועלכע האט אומגעברענגט מיליאנען מענטשן אין אייראפע און אין אזיע. די שווארצע מגיפה האט אומגעברענגט ארום 5 מיליאן דייטשן וואס איז דעמאלט געווען א דריטל פון די באפעלקערונג.
די ערשטע סימינים פאר דער גרינדונג פאר א לאנד האט זיך אנגעהויבן אין 400' ווען 3 שטעט, לובעק, באמבערג, און ברעמען, האבן זיך פאראייניגט צו נעמען א קאנטראל אויף די טייכן און קאנאלן ארום די שטעט. די דריי שטעט זענען נאמינירט געווארן האנסבורג און די פירער האבן אנגעהויבן ארבעטן צו גרינדן א רעגירונג אבער א רייע פון מלחמות און קאנפליקטן האבן געשטערט די ארבעט. האנסבורג האט אסאך געליטן פון פראנקרייך וועלכע האט דעמאלט געהאט א שטארקע און פארשפרייטע אימפעריע און האט געלעכצט צו געווינען ווי מער מאכט, וועלנדיג אייננעמען די גאנצע וועלט. האנסבורג איז עטליכע מאל געווען אין קריג מיט פראנקרייך און וואלט ווען איינגעשלינגן געווארן ווען נישט די הילף פון איטאליע אן שווייץ וועלכע האבן צוזאמען פארמירט אן ארמיי אפצושלאגן די פראנצויזישע.
ביי דעם יאר 600' האט שוין דייטשלאנד פארמאגט 18 מיליאן מענטשן אבער די צאל איז ווידער אראפגעפאלן ווען נאך מיליאנען מענטשן זענען אומגעקומען אין די 30 יעריגע קריג אין אייראפע וועלכע האט אריינגעצויגן כמעט אלע אייראפעאישע לענדער אין א שווערע כמו וועלט קריג. אינעם 17טן יארהונדערט איז דייטשלאנד צוטיילט געווארן צו צוויי הויפט זאנעס, די עסטרייך שטעט און די פרייסישע. די צוויי זאנעס זענען אין פאקט גארנישט געווען און גארנישט באדייט נאר אייראפע פלעגט עס אזוי באצייכנען. אבער מיט די יארן האט זיך טאקע אזוי פארמירט און פרייסן איז געווארן א זאך. זי האט אויפגעשטעלט א מיליטער פון 40,000 זעלנער וועלכע האבן געדינט אלס די רעגירונג, צוזאמנקלויבנדיג שטייערן און דאס אויסגעבן פאר וויכטיגע צוועקן. דאס מיליטער האט זיך שנעל צואוואקסן און די רעגירונג איז געווארן שטערקער. לויט ווי היסטאריע פארציילט איז די פרייסישע ארמיי און רעגירונג געגרינדעט און געפירט געווארן דורך אן איינצעלע פאמיליע מיט'ן נאמען פרעדעריק. ווען דער פרעדרעיק איז געשטארבן האט זיין זון איבערגענומען דאס רעדל פון די רעגירונג אבער ער האט נישט געהאט קיין רואיגע צייטן ווען עסטרייך האט אנגעגריפן פרייסן און עס האט אויסגעבראכן א ביטערע קריג וועלכע האט זיך געצויגן 7 יאר און אריינגעמישט אסאך אנדערע לענדער. די קריג האט זיך געענדיגט מיט פרידן דורך פארהאנדלונגן פון פראנקרייך און אלעס איז צוריק צום אלטן. די קריג איז אבער געווען א טובה פאר פרייסן וועלכע האט באלד דערנאך פארשטערקערט די רעגירונג.
נאציאניליזם און פאראייניגונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אינעם 18טן יארהונדערט האבן אסאך פאליטיקערס און גרופע פירער געהאלטן אז פרייסן מוז זיך פאראייניגן מיט עסטרייך און פארמירן א שטערקערע פרייסן וועלכע זאל זיך אנזען קעגן פראנקרייך און כינע. טייל פון די דעמאלטדיגע פירער האבן פרובירט וואס זיי האבן געקענט אבער עס האט געדויערט באלד א דור שפעטער ביז מען האט אנגעהויבן זען עפעס ממשות וועגן פאראייניגונג נאכדעם וואס פראנקרייך האט דורכגעפירט איר באקאנטע פראנצויזישע רעוואלוציע און שפעטער נאכמער ווען קייסער נאפאליען פון פראנקרייך האט אויסגעשפרייט זיין קעניגרייך און געהאלטן אן אפענע אויג אויף פרייסן. די פראנצויזישע רעוואלוציע איז געווען אזוי סוקסעספול אז די צוויי רעגירונגן האבן זיך באלד צוזאמענגעזעצט צו פארהאנדל'ן א פלאן וועלכע איז שפעטער באוואוסט געווארן אלס די פילניטס דעקלעראציע וועלכע האט פאראייניגט די צוויי מיליטערס צו שטיין פעלזן פעסט קעגן פראנקרייך. די דעקלעראציע האט אויך געזאלט געבן א ציפ פאר פראנקרייך און ווייזן אז אירע נאנסטע שכינים פלאנען נישט צו בלייבן הינטערשטעליג. דעם קעניג נאפאליען האט דאס נישט געשמעקט און נאך עטליכע אנדערע רייצונגן האט פראנקרייך דערקלערט קריג קעגן פרייסן און עסטרייך און האט זיי איינגענומען ווי א בינטל שטרוי אין מויל פון אן אקס. די קריג האט מיטגעברענגט א רייע פרישע קריגן אין וועלכע פרייסן און עסטרייך האבן פרובירט אפצואווארפן די פראנצויזישע אקופאציע. נאך עטליכע יאר פון דורכגעפאלענע פארהאנדלונגן און קריגערייען האבן די פרייסישע און עסטרייך ארמייען באוויזן צו באזייטיגן די פראנצויזישע אקופירער און צוריקגעוואונען זעלבשטענדיקייט אין 802'.
די צייטן זענען נישט בעסער געווארן און עס האבן אויסגעבראכן פרישע מלחמות צווישן פרייסן-עסטרייך און פראנקרייך נאך יעדע פרט אויף וועלכע מען האט זיך נישט געקענט דורכקומען. אין משך פון 10 יאר צייט זענען צוויי דריטל פון די דייטשע איינוואוינער ארונטער אונטער נייע רעגירונגן. עס איז געגאנגן אהין און צוריק ביז נאפאליען האט זיי נאכגעגעבן און געלאזט גיין בתנאי אז ער דארף מער שטחים וועלכע פרייסן האט זייער שנעל נאכגעגעבן. די ווייטערדיגע יארן האט אבער געוויזן אז פראנקרייך האט זיך נישט געטוישט און ווייטער געגלוסט צו הערשן אויף מער לענדער. די שווערע צייטן האט צוזאמענגעברענגט פרייסן, רוסלאנד, און עסטרייך וועלכע האבן געגרינדעט א מיליטער וועלכע זאל באקעמפן דעם מעכטיגן קעניג נאפאליען. עס האט געדויערט מער ווי א שטיק צייט אבער עס איז זיי ענדליך געלונגן צוזאמענצושטעלן א פעסטע מיליטער וועלכע האט מיט שטאלץ מארשירט קעגן נאפאליענ'ס כוחות און נאך א שווערע קריג האבן זיי עדנליך באזיגט נאפאליענ'ס ארמייען אין די שטאט לייפציג. די קריג האט ווייטער אנגעהאלטן ביז די מערב ארמייען האבן אריינמארשירט אין פאריז.
נאך די מלחמות האבן סייענטיסטן פון דער גאנצער וועלט געארבעט אויף נייע מאפעס וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט געווארן דורך צענדליגער ספעציאליסטן וועלכע זענען געפארן הונדערטער מיילן צו קענען אויסמאלן און רעכנען די גרויסקייט פון אלע לענדער. די צייטן האבן זיך גערוקט און די צענדליגער שטעט אין פרייסן און ארום האבן אנגעהויבן פארלאנגן א פאראייניגונג און דאס גרינדונג פון א לאנד. עס איז טאקע אזוי געשען ווען 18 דייטשע שטעט האבן זיך פאראייניגט אונטער די פרייסישע רעגירונג. עסטרייך איז נישט איינגעגאנגן אויף דעם געשעפט און צוגעקוקט ווי דייטשלאנד הייבט זיך אן בויען. עסטרייך איז פון דעמאלט אן פארבליבן אליין אויפ'ן וואסער און האט פארלוירן איין קריג נאך די אנדערע מיט אירע שכינים. די עסטרייכישע רעגירונג האט געהאט ווייניג מיליטערישע מאכט אבער האט געפירט בלוטיגע מלחמות וועלכע האבן זיך געצויגן פאר לענגערע צייטן. פרייסן האט זיך מער נישט אנגענומען פאר עסטרייך און איז געזיצן שטיל א לענגערע צייט ווען זי האט זיך דערווייל אויפגעבויט א שטארקע ארמיי. פראנקרייך האט אבער דערשמעקט וואס פרייסן טוט אונטער'ן טיש און האט אין א שיינעם אינדערפרי אריינמארשירט קיין פרייסן וואו עס האט איר שוין אפגעווארט איר דורכפאל ווען די גוט טרענירטע ארמיי האט איר ארויסגעטריבן פון לאנד און איר נאכגעיאגט ביז אין פאריז און ווידער דערקלערט א זיג. אין יענע יאר האט זיך די מאפע ווידער דראסטיש געטוישט און כמעט אלע אייראפעאישע לענדער האבן ארומגעריקט זייערע גרעניצן אהין און צוריק עטליכע מאל. אין 871' איז דער דעמאלטדיגער דייטשער גענעראל וויליאמס באשטימט געווארן אלס דער פירער פון די נארוואס געגרינדעטע צווייטע רייך.
דייטשלאנד אינעם 19טן יארהונדערט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דייטשלאנד'ס באפעלקערונג איז בעיקר געוואקסן אינעם 19טן יארהונדערט פון 20 מיליאן אין 750' צו 33 מיליאן אין 816' און צו 52 מיליאן אין 865'. דאס איז זייער א שנעלע וואוקס פאר א לאנד. ווען מען צוטיילט דאס ביי די שטעט קומט אויס אז דווקא עטליכע גרויסע שטעט זענען געווען די וואס זענען אזוי שנעל געוואקסן. צום ביישפיל די שטאט האמבורג איז געוואקסן פון 132,000 צו 768,000. די שטאט מינכן פון 45,000 צו 422,000. די וואוקס פאר די שטעט איז געווען אזוי שנעל אז די הואזינג האט נישט געקענט נאכקומען די באפעלקערונג און א גרויסע טייל מענטשן זענען געבליבן אן הייזער פאר א לענגערע צייט. די באפעלקערונג האט געוואוינט צוטיילט צו טויזנטער קליינע קאמיוניטיס, יעדע פון זיי מיט ארום 2,000 מיטגלידער.
מיט אזויפיל מלחמות האט דייטשלאנד פארפאסט די געלעגנהייט זיך אויפצובויען אן עקאנאמישן נאמען ווען אין פאקט איז זי שוין דעמאלט געווען אן עקאנאמישער ריז. די אינדוסטריאלע פעקטאריס האבן פראדוצירט אלע ערליי אייזן און שווערע מאשינערי וועלכע די ביזנעס אייגנטומער האבן זיך געפלאגט צו פארקויפן אויסער'ן לאנד. לויט שטודיעס פון יענע צייטן זעט מען אז 90 פראצענט פון די ארבעטס קראפט אין יענע יארן האבן געארבעט אין די פעקטאריס. איינמאל דייטשלאנד האט אריינגעטרעטן אינעם 20'סטן יאר-הונדערט האט איר שטארקע עקאנאמיע אויפגעקראכט און דאס לאנד איז מיטאיינמאל געווארן איינע פון די שטערקסטע עקאנאמישע לענדער און אינטערנאציאנאלע האנדלער איבער די וועלט. דייטשלאנד'ס אריסטאקראטן האבן כמעט נישט געהאט וואס צו טאן אינעם 19'טן יאר-הונדערט און האבן אריינגעלייגט זייערע קעפ אין די רעגירונג און אין די מיליטער. ווי פריער דערמאנט איז דייטשלאנד אריינגעקומען זייער שפעט אין די אינדוסטריאלע רעוואלוציע וועלכע האט איבערגענומען אייראפע אין די מיטעלע יארן פונעם 19'טן יאר-הונדערט. איינמאל די עפעקטן פון די רעוואלוציע האט באטראפן דייטשלאנד איז זי געווען די שנעלסטע לאנד עס אויפצונעמען און איינעסן צווישן די ביזנעסער. טייל אינדוסטריס זענען פילפאכיג געשטיגן און האבן שווער געקענט נאכיאגן די פארלאנג. די פראדוקציע פון די קוילן אינדוסטרי איז אין עטליכע יאר געשטיגן פון 3.8 מיליאן מעטריק טאנען צו 21.5 מיליאן מעטריק טאנען. דאס לאנד'ס אינדוסטריאלע ראטע איז ביז א קליינע צאל יארן געשטאנען די העכסטע אין די וועלט מיט 10.2 פראצענט. אין יענע יארן האט די רעגירונג אויפגעבויט איר רעילוועי סיסטעם וועלכע האט באהאפטן אלע שטעט און נאכמער געהויבן די האנדל אין לאנד.
מאדערנע דייטשלאנד
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דייטשלאנד'ס מאדערנע צייטן הייבט זיך אן פון 1871 ביז היינט צו טאג און נעמט אריין די צוויי וועלט מלחמות און דאס לאנד'ס ערהוילונג דערפון. די לעצטע פאראייניגונג פון מזרח און מערב דייטשלאנד איז אין פארשידענע וועגן געווען נאך א טריאומף פאר דייטשלאנד אבער האט אויך געברענגט פרישע פראבלעמען און ארויספאדערונגן. צווישן די יארן זינט דייטשלאנד'ס ערשטע פאראייניגונג און דעם ערשטן וועלט קריג האט זי געהאט אירע בעסטע יארן. די עקענאמיע איז געשטאנען גאר שטארק, דאס לאנד באפעלקערונג איז געוואקסן, און עס האט געהערשט רואיגע יארן אן קיין שום ערנסטע מלחמות. ביים אנהויב פון דעם ערשטן וועלט קריג איז דייטשלאנד געווען די דריט גרעסטע אימפעריע אין אייראפע. א סעריע פון אימפעריאליסטישע קאנפליקטן און פאליטישע אומבארעכטיקייטן האט געפירט דייטשלאנד צו א קאטאסטראפע אין דעם ערשטן וועלט קריג.
דער דייטשער קאנצלער וויליאמס דער צווייטער האט אריינגעלייגט כוחות אויפצובויען דייטשלאנד'ס אימפעריע און איר מיליטער. ספעציעל האט ער אריינגעלייגט כוחות אהערצושטעלן א מעכטיגע מיליטערישע ים פלאטע וועלכע ער האט געהאלטן פאר וויכטיג פאר זיין מיליטער (קיין פליגערס איז נאך דעמאלט נישט געווען). וויליאמ'ס פאליסיס האט דערצערנט בריטען און רוסלאנד וועלכע זענען דעמאלט געווען די גרעסטע אימפעריעס אויף די וועלט און האבן געהאט א פארמעסט וועלכע לאנד קען האבן מער קאלאניעס. דייטשלאנד האט געציטערט פון די צוויי גרויסמאכטן און האט געגרינדעט די טריפל אליאנץ מיט דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע און איטאליע אין 1882. די טריפל אלייענץ איז געווען ווי אן אפמאך אז די דריי לענדער וועלן זיך העלפן איינע די אנדערע אין פאל פון א קאנפליקט. עטליכע יאר דערויף האבן פראנקרייך, רוסלאנד, און בריטען געגרינדעט אן ענליכע אלייענץ וועלכע זיי האבן אנגערופן די טריפל ענטענטי. ביים אריינטרעטונג אינעם 20'טן יאר-הונדערט איז אייראפע געווען צוטיילט צו צוויי באוואפנטע קעמפס וועלכע זענען גרייט געווען איינצושלינגן איינע די אנדערע. אין קאנטראסט צו זיין אומבארעכנטע אויסערן פאליסי וועלכע האט אנגעצינדן א פלאם אין אייראפע, האט וויליאם אייגעפירט אן עקסטרעמע קאסערוואטיווע דאמעסטיק פאליסי. ער האט ווייניג ערלויבט די פארברייטערונג פון סאציאלע סערוויסעס, און האנדל יוניאן געזעצן און האט געשטיצט די אינדוסטריאלע סעקטאר. פארשטייט זיך אז די רייכע קאפיטאליסטן האבן געשטיצט די מעכטיגע מיליטערישע אויפבוי אבער די סאציאליסטן זענען געווען זייער אומצופרידן און האבן געמאכט פראבלעמען, פרובירנדיג צו שטערן וויליאמס'ס פלענער. דאס האט אבער זייער שלעכט אויסגעקלאפט אין די ארבעט'ס קראפט ווייל די נאציאניליסטן זענען געווען ברוגז אויף די סאציאליסטן און האבן נישט געוואלט ארבעטן צוזאמען מיט זיי. די ברוגז טאנץ צווישן די צוויי באוואפנטע קעמפס האט נישט גענומען לאנג עס זאל עקספלאדירן. דאס איז געווען אין 1911 ווען עס האבן אויסגעבראכן קאנפליקטן אין די באלקאן לענדער און אין מאראקא. דייטשלאנד'ס פירער וויליאם האט זיך אריינגעמישט און פרובירט צו העלפן פאר פרידן אבער פראנקרייך איז געווען שטארק דערקעגן אויס מורא אז דייטשלאנד וועט עווענטועל אריינרוקן א פיס אין אפריקע. א קורצע צייט דערנאך האט עסטרייך אנעקסירט די אטאמאן פראווינצן אין באסניע אויף וועלכע סערביע האט שוין לאנג געהאלטן אן אויג. פון דארט האט שוין נישט געדויערט לאנג ווען אן איינציגע אסאסינאציע דורך די סערבן אויף דעם יורש (פרענסיס פערדינאנד) צום עסטרייך-אונגארנ'ס טראן איז געווען דער פונק וואס האט אויפגעפלאקערט די ערשטע וועלט קריג אין עטליכע טעג. דייטשלאנד האט באלד אנגעבאטן איר שטיצע פאר עסטרייך-אונגארן און די עסטרייכער האבן געשיקט א נארישע אולטימאטום צו סערביע וועלכע סערביע האט נישט געקענט אקצעפטירן. פארשטייט זיך אז עסטרייך האט דעקלערט קריג קעגן סערביע און רוסלאנד, א פארבינדענער פריינט מיט סערביע, האט באלד דעקלערט קריג אויף עסטרייך און אויף דייטשלאנד. א טאג דערויף האט דייטשלאנד געגעבן אן אולטימאטום צו רוסלאנד אז זי מוז זיך דעמאביליזירן ביז 12 שטונדן און ווען דאס איז נישט צושטאנד געקומען האט דייטשלאנד דעקלערט קריג אויף רוסלאנד און אויף איר פריינט פראנקרייך. דעם אנדערן אינדערפרי האט פראנקרייך דעקלערט קריג אויף דייטשלאנד און עווענטועל האט אויך בריטען דעקלערט קריג קעגן דייטשלאנד און עסטרייך-אונגארן.
דער ערשטער וועלט קריג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די אויסברוך פון דעם ערשטן וועלט קריג האט אנטוועקט דייטשלאנד און אויך פראנקרייך און בריטאניע א נאטיווע פאטריאטיזם און זיסע חלומות פון כבוד און מאכט. די שרעקליכע טויט ציפערן האט באלד אהיימגעברענגט די גרויליגע הוצאות פון מאדערנע מלחמה-פירונג צו אלע אנטייל נעמער. אפילו אין די טונקלסטע מאמענטן פון טויט און חורבן האבן די קאנסערוואטיווע מיטגלידער פון די דייטשע מיליטער אנטזאגט אלע אנבאטן צו פארהאנדלונגען פאר שלום, פארברייטערנדיג די בלוטיגסטע קריג אין היסטאריע צו א סך הכל פון 4 יאר וועלכע האט אפגעקאסט די לעבנ'ס פון 6 מיליאן דייטשן. דייטשלאנד'ס פלאן איז געווען אייצונעמען פראנקרייך אין אן איבערראשונג און אזוי פארמיידן א שווערע פראנט אויף מזרח ווי רוסלאנד'ס ארמייען האבן זיך מאביליזירט צוזאמען מיט פראנקרייך. דייטשלאנד האט צו ערשט אריינגעדרינגן אין די נוטראלע בעלגיע און פון דארט געפלאנט צו מאכן די וועג אריין גלייך קיין פאריז און עס פארכאפן אין א סורפרייז. אבער די פלענער האבן זיך נישט אויסגעארבעט ווייל איר אריינדרינגונג אין בעלגיע איז געווען א פארלעצונג פון די אינטערנאציאנאלע קריג'ס געזעצן אויף וועלכע בריטען האט שטארק מקפיד געווען און איז צו הילף געקומען פאר בעלגיע. דייטשלאנד איז געווען איבערראשט ווען אפילו די בעלגישע האבן געשטעלט א העפטיגע ווידערשטאנד אפצושלאגן די דייטשן וועלכע די מיליטערישע פירער האבן נישט געקענט וויסן פריער. ממש בעפאר די דייטשן זענען געשטאנען ביי די טויערן פון פאריז האט מען איר צוריקגעשטויסן מיט א מעכטיגע ווידערשטאנד וועלכע איז באצייכנט געווארן אין די היסטאריע אלס די קריג אוו די מעין. די דייטשע כוחות זענען דארט פארבליבן זיך שלאגן ביז די ענדע פון די קריג ווען רוסלאנד'ס ארמייען האבן אנגעהויבן אטאקירן אין מזרח דייטשלאנד און די דייטשע מיליטער האט זיך מיטאמאל געטראפן אין א מעכטיגע קריג אויף צוויי פראנטן.
רוסלאנד'ס מיליטער האט נאך דעמאלט געטויגט אויף כפרות און די דייטשן האבן זיי אריינגעגעבן שטארקע קלעפ אבער אויפ'ן מערב פראנט איז דייטשלאנד פארבליבן ארומגענומען מיט ריזיגע מיליטערן פון בריטען, פראנקרייך און זייערע פארבינדענע פריינט. די אליאירטע (די זייט וואס האט געקעמפט קעגן דייטשלאנד איז אזוי אנגערופן געווארן) האבן באוויזן אפצושניידן די סופליי ליניעס פון די דייטשע מיליטער און אזוי שטארק צוקלאפט די מאראל צווישן די דייטשן. זעענדיג די מצב האבן א טייל מיניסטארן וועלכע זענען בכלל געווען קעגן די קריג זיך אפגעריסן פון די רעגירונג און געגרינדעט די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי אבער די מיליטערישע פירער האבן דאמינירט די רעגירונג און געהאט די פולע קאנטראל אויף איר. זייענדיג פארצווייפעלט איבער די בלאקירונג וואס די אליאירטע ארמייען האבן אונטערגעשטעלט האט דייטשלאנד אנגעהויבן נוצן די סובמארין מיטל און אנגעהויבן זינקן שיפן רעכטס און לינקס. דאס האט אבער פארערגערט איר מצב ווייל נאכדעם וואס עטליכע אמעריקאנער שיפן זענען געזינקען געווארן האט אויך די פאראייניגטע שטאטן דעקלערט קריג קעגן דייטשלאנד. צוריק אין מזרח האבן די דייטשן יא געהאט אן אויבערהאנט איבער די רוסן און די רוסן האבן געבעטן פאר שלום וועלכע איז צושטאנד געקומען אין מערץ 1918. דייטשלאנד האט דעמאלט מאביליזירט אלע זיינע ארמייען אויף מערב ווי די אליאירטע האבן זיך נאר דערשטערקערט פון טאג צו טאג.
איינזעענדיג די סיטואציע אויפן פראנט אלס הילפסלאז האט דייטשלאנד'ס הויכע קאמאנד גע'עצה'ט וויליאמס צו גרינדן א נייע ציווילע רעגירונג וועלכע זאל בעטן פאר שלום, וויסנדיג אז די אמעריקאנער וועלן איינגיין אויף געשפרעכן מיט א ציווילער רעגירונג. בלית ברירה האט וויליאמס מסכים געווען און אויפגענומען פרינס מעקס פון באדן אלס דער נייער קאנצלער. מעקס האט זיך באלד פארבינדן מיט אמעריקע'ס פרעזידענט וואודראו ווילסאן וועלכע האט באלד געעפענט געשפרעכן ווען די קריג איז ווייטער אנגעגאנגן אין פולן ברען. אין דייטשלאנד זעלבסט איז די מצב געווען ביטער און עס האבן אויסגעבראכן אסאך אינערליכע קאנפליקטן. עס האבן זיך געגרינדעט נייע קאונסילס, טייל פון זיי קאמוניסטישע, און א רעוואלוציע האט אויסגעבראכן אין בייערן. אין נאוועמבער האט פרינץ מאקס אנאנסירט די אבדיקירונג פון וויליאם און אויך זיין אייגענע רעזיגנאציע אלס קאנצלער. מעקס האט איבערגעגעבן זיין פלאץ פאר פרידריך עבערט, דער פירער פון די נייע סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי. אינעם זעלבן טאג האט א הויפט מיניסטער פון די נייע רעגירונג פראקלאמירט א נייע רעפובליק. דייטשלאנד איז איינגעגאנגן אויף א וואפן- שטילשטאנד אנגעהויבן פון נאוועמבער דעם עלפטן.
נאכווייען פון דעם קריג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די נאכווייען פון דעם ערשטן וועלט קריג איז געווען זייער ביטער פאר דייטשלאנד און די שוואכקייט איז שפעטער אויסגענוצט געווארן פאר די נאצי פארטיי וועלכע האט אריינגעפירט אייראפע אין דעם צווייטן וועלט קריג, ברענגנדיג דאס גרעסטע אומגליק פאר כלל ישראל. באלד נאך דעם קריג האבן זיך די אליאירטע לענדער צוזאמענגעזעצט מיט דייטשלאנד און אויסגעארבעט דעם אפמאך פון ווערסיי, אין וועלכע דייטשלאנד האט זיך געמוזט אונטערנעמען פארשידענע תנאים, אויפגעבן גרויסע טיילן פון איר אימפעריע, און נעמען פאראנטווארטליכקייט פארן קריג וואס האט געמיינט באצאלן די 30 ביליאן דאלארדיגע שאדן וואס דער קריג האט אנגעמאכט. דייטשלאנד זעלבסט האט געהאלטן אז זי איז אייניג שולדיג ווי פראנקרייך, בריטאניע, רוסלאנד, עסטרייך און סערביע, אבער זי איז געווען געצוואונגען אנצונעמען דעם אפמאך כדי צו קענען צוריק אריינגעברענגט ווערן אין דער אייראפעאישער געמיינדע, וועלכע איז עווענטועל נישט צושטאנד געקומען ווייל דייטשלאנד איז אפגעסטעמפלט געווארן אלס א שלעכטע און מלחמה אנצינדער.
איינמאל דייטשלאנד האט אקצעפטירט דעם אפמאך האט זי געמוזט אויפגעבן טיילן פון איר לאנד צו פראנקרייך און פוילן, פארלירנדיג א גרויסע חלק פון איר אויל און קוילן אינדוסטרי. זי האט געמוזט איינצוימען איר ארמיי אין א פארזיכערונגס מיטל אז זי וועט נישט קענען קעמפן אין די קומענדיגע 15 יאר. דאס אויפגעבן די גרעסטע טיילן פון די מיליטער האט געמיינט א טאטאלע קאטאסטראפע ווייל מיליאנען מענטשן פון אלע סארט ביזנעסער זענען געווען אנגעוויזן אויף דאס מיליטער. צו אלעם האט דייטשלאנד געדארפט אנהייבן זוכן וועגן וויאזוי צו באצאלן די שאדן פון די קריג וואס וואלט קיינמאל נישט מעגליך געווען און יענע אומשטענדן. די אלע זאכן האט געברענגט א שטארקע דעביטערקייט צווישן די המון עם און האט פארמינערט די צוטרוי פון די רעגירונג אין די אויגן פון אירע אייגענע בירגער. די נאצי פירער האבן גוט אויסגענוצט די צובראכנקייט און אומצוטרוי און גרינג אריינגעשטעלט אירע מערדערישע פיס.
איינמאל די פרטים פון דעם אפמאך זענען אויפגעצויגן געווארן איז די רעגירונג געווען געצוואונגען איבער צו שרייבן די קאנסטיטוציע צו א נייער דעמאקראטישער רעגירונג וועלכע איז באצייכנט געווארן אלס דער וויימאר רעפובליק. די תקופה פון דער וויימאר רעפובליק איז געווען זייער א קורצע אבער עס האט אראפגעשטעלט נייע יסודות אין דער רעגירונג וועלכע איז צוניץ געקומען נאך דער צווייטער וועלט מלחמה. די קאנסטיטוציע איז געווען באצירט אויף די גרונטיקע ציווילע רעכטן וועלכע איז געווען צושפרייט אין אלע דעמאקראטישע לענדער ווי די פרייהייט פון שפראך, פרעסע, אקטיוויטעטן, און אסאסיאציע. די נייע רעגירונג סיסטעם איז געווארן א פארלימענטרישע וועלכע האט באקומען א פרעזידענט. די איינשטעלונג פון די נייע רעגירונג איז אבער נישט איינארקענט געווארםן ביי די קאנסערוואטיווע און סאציאליסטישע פארטייען וועלכע האבן פרובירט אונטערצואווארפן די רעגירונג דורך אומגעלונגענע פוטשעס.
דעם 30סטן דעצעמבער 1918, איז געגרינדער געווארן די קאמוניסטישע פארטיי פון דייטשלאנד דורך דער ספארטאקוס ליגע, וואס האט זיך צעשפאלטן פון דער סאציאלער דעמאקראטישער פארטיי אין די מלחמה יארן. די פירער זענען געווען ראזא לוקסעמבורג און קארל ליבקנעכט, און האט געפסלט די פארלאמענטארישע סיסטעם. אין 1920, האבן אומגעפער 300,000 מיטגלידער פון דער אומאפהענגיקער סאציאלער דעמאקראטישער פארטיי זיך איינגעשלאסן אין דער פארטיי, וואס איז פארוואנדלט אין א מאסן ארגאניזאציע. די קאמוניסטישע פארטיי איז געווען געשטיצט פון בערך 10% פון דער וויילערשאפט.[1]
דעם 11טן אויגוסט 1919 איז אויפגענומען געווארן די וויימאר קאנסטיטוציע, מיט פרידריך עבערט דער ערשטער פרעזידענט.
די צייטן זענען געווען שווערע און קיין געלט האט דייטשלאנד נישט געהאט ווען די עקאנאמישע מצב איז געווען אין צווייפל. פארשטייט זיך אז דייטשלאנד האט נישט געהאט קיין פרוטה ארויסצונעמען פון טאש צו באצאלן די שטראפן וואס די אליאירטע האבן ארויפגעלייגט אויף איר. נאך א צייט פון פינף יאר האט די פראנצויזישע רעגירונג אריינגעשיקט טרופן און אינוואדירט גרויסע טיילן פון דייטשלאנד'ס פארבליבענע אינדוסטריאלע צענטערן זיי זאלן ארבעטן פאר איר. די דייטשע רעגירונג האט דאס נישט געוואלט אראפשלינגן און האבן געקוראזשט די ארבעטער זיך קעגנצושטעלן און נישט ארבעטן ווען די רעגירונג האט זיי באצאלט מיט אומווערידע געלטער וועלכע האט זיך דערקייקעלט צו א שרעקליכע מצב אפגעווישנדיג אלע סאציאלע פראגראמען ווי פענסיע, סעווינגס, פארזיכערונג, און נאך באשטימטע פארדינסטן פון מיטל און ארבעטס קלאס דייטשן.
עס איז אינגאנצן געווען פינף רואיגע יארן אין דייטשלאנד צווישן די ערשטע און צווייטע וועלט קריגן. דאס איז געווען אין די מיטעלע יארן פון 1920 ווען די אליאירטע האבן ארויסגענומען זייערע ארמייען פון לאנד און איינגעשטעלט די נייע גרעניצן. די נייע קאנסטיטוציע איז ערשט דעמאלט אריינגעגעסן געווארן אין דעם סיסטעם און די רעגירונג האט אנגעהויבן אויספירן די באפעלן פון דעם אפמאך אוו ווערסעלייעס. אין יענע יארן איז דייטשלאנד אריינגענומען געווארן אין די נייע געגרינדעטע ליג אוו נעישאנס. די רואיגערע צייטן זענען שנעל פאראיבער ווען די וועלט איז אריינגעפאלן אין די 1930 דעפרעסיע וועלכע האט ווידער צוקלאפט די מאראל אין לאנד ווען מיליאנען מענטשן האבן פארלוירן זייערע דזשאבס. רוב דייטשן האבן דעמאלט באשלאסן זיך אנצוהענגן צו איינע פון די 4 פארטייען: די קאמוניסטישע, סאציאליסטישע ארבעטער פארטיי, נאציאנאלע סאציאליסטישע פארטיי, אדער צו די נייע פארשאלטענע נאצי פארטיי. די נאצי פארטיי האט שנעל געבליעט און איז ביז א קורצער צייט געשטאנען די צווייטע גרעסטע פארטיי אין די רייכסטאג.
ביז 1933 איז דייטשלאנד געווען גאר גרויס אין דער וועלט פון פיזיק. צווישן די בארימטע דייטשע פיזיקער זענען געווען הערמאן פאן העלמהאלץ, יאזעף פאן פראנהאפער, דניאל פארענהייט, ווילהעלם קאנראד רענטגען, אלבערט איינשטיין, מאקס פלאנק און ווערנער הייזנבערג.
די דריטע רייך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קיין איין רעזשים אינעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט און אויך קיינמאל בעפאר איז געווארן אזוי נאנט אינדענטיפיצירט מיט אינסטיטוציאנלאזירטע טעראר און שלעכטס ווי די דריטע רייך אונטער דער קאנטראל פון דעם ארכי מערדער אדאלף היטלער (ימ"ש) און זיין נאצי פארטיי. די וואוקס פון די נאצי פארטיי און איר שפעטערדיגע פירערשאפט האט געהאט ביטערע קאנסעקווענצן איבער די גאנצע וועלט און איר לעגאט האט אנגעהאלטן די שלעכטע אינדענטיטעט פון די דייטשן לאנג נאך די קריג. היטלער איז געווען א דורכגעפאלענער ארטיסט וועלכער האט געדינט די דייטשע מיליטער אין די ערשטע וועלט קריג. ער האט פיינט געהאט דאס יידישע פאלק פון זיין יוגנט ווי אויך די אריסטאקראטן, קאפיטאליסטן, באלשעוויקס (קאמוניסטן), און ליבעראלע. היטלער האט געהאט א געשליפן צינג מיט וועלכע ער האט אויפגעבויט די נאצי פארטיי. זיינע רעדעס זענען געווען געצילט קעגן די יידן און קאמוניסטן און ער האט פרובירט אויפצואווייזן די שוואכקייט פון די נייע וויימער רעגירונג. זיין פארטיי איז זייער שנעל געוואקסן צוליב די ביטערניש וואס האט דעמאלט געהערשט אין לאנד. שוין אין 923' האט היטלער אנגעהויבן זיינע מעשים פרובירנדיג אראפצואווארפן די רעגירונג. אין זיינע ערשטע שריט האט ער מיט זיין ארמיי געשטורעמט א רעגירונג'ס געביידע אין מינכן און געצווינגן די פאליטישע פירער צו דערקלערן זייער שטיצע צו די נאצי רעוואלוציע. היטלער האט זיך נישט אפגעשטעלט דארט און האט פרובירט פארכאפן די קריגס מיניסטעריום וועלכע איז אים נישט געלונגן און ער איז אריינגעשליידערט געווארן אין טורמע מיט א 5 יעריגע אורטייל. למעשה איז ער נישט געזעסן מער ווי איין יאר און באלד נאך זיין באפרייאונג איז ער צוריק געווארן די פירער פון זיין פארטיי. ערשט דעמאלט האט ער אנגעהויבן א מאסיווע קאמפיין אין וועלכע ער האט מיט זיינע רעדעס אויפגעצויגן גאר א שטארקע שטיצע צווישן די דערביטערטע איינוואוינער. זיינע נאכפאלגער האבן זיך צוגעהערט צו זיינע העצערייען און אנגעהויבן פייניגן די יידן און להבדיל קאמוניסטן אין זייערע לאקאלע געגנטן. די נאצי פארטיי איז געוואקסן פון 40,000 מיטגלידער אין 927' צו 38 פראצענט פון די באפעלקערונג אין 932'. 38 פראצענט איז נישט אזא גרויסע ציפער אבער אין יענע צייטן האט ער געהאט די גרעסטע שטיצע פון אלע פארטייען. זיין שטארקייט האט אים געטראגן גלייך צו זיין ציל ווען א טייל פון די רעכטע מיליטערישע און ציווילע פירער האבן אים געהאלטן פאר א מאניפולירנדיגע פירער און האבן אים, מיט די הילף פון אנגעזעענע דייטשע ביזנעס לייט, ארויפגעזעצט אויפ'ן בענקל און ער איז געווארן דייטשלאנד'ס קאנצלער.
נאך א שטיק צייט אין אמט האט היטלער גוט אויסגעניצט א פייער אינצידענט אין דער רייכסטאג געביידע אויף וועלכע ער האט באשולדיגט די קאמוניסטן. ער האט דאן אויסגעשלאסן קאמוניסטן פון זיין רעגירונג און האט פאררופן נייע וואלן. כאטש די נאצי פארטיי האט נאך דעמאלט אויך נישט געהאט אן אמת'דיגע מאיאריטעט האט זי אבער באוויזן צו געווינען די בארעכטיקייט אויסצופירן אירע רעוואלוציאנארע אקטן, וועלכע האט געגעבן די נייע רעגירונג דיקטאטוריאלע מאכטן אין אלע אספעקטן פון דייטשלאנד'ס לעבן.
טאטאליטארישע דייטשלאנד
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זייענדיג באוואפנט מיט זיין מאכט האט היטלער אנגעהויבן פארמירן א טאטאליטארישע נאציאנאלע אימפעריע, די דריטע רייך. די יסודות פון זיינע פלענער האט היטלער אנגעהויבן אויסארבעטן נאך אין די אלטע פרייסן און שפעטער דורכאויס דער ערשטער וועלט קריג ווען דאס מיליטער האט איבערגענומען די קאנטראל פון דער רעגירונג. היטלער איז אנגעגאנגן מיט זיין ארבעט מיט אסאך עפעקטיווקייט. ער פלעגט ערשט קאנסאלידירן מיט די לעגיסלאטיוו, עקזעקיוטיוו, יוסטיץ, און מיליטערישע אויטאריטעט און דאן איבערגענומען די אויטאריטעט אליינס. היטלער איז שפעטער געווארן אויך פרעזידענט ווען דער דייטשער פרעזידענט פאן הינדנבורג איז געשטארבן אין 1934. די נאצי פארטיי האט צוזאמגעבינדן נאציאנאליזם און אויטאריטעטיזם צו פראדוצירן א פאטיסטישע שטאט, נאכגייענדיג די שטאט סיסטעם וואס שפאניע און איטאליע האבן אין יענע צייטן געפירט.
איינמאל די נאציס זענען געווען אין פולן מאכט זענען אלע פאליטישע פארטייען פארבאטן געווארן און עס איז נישט געווען קיין מעגליכקייט פאר סטרייקס. אלע מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין ארבעט זענען אריינגענומען געווארן אין ארבעט קעמפס וואו זיי האבן געהאלפן בויען די ארמיי. היטלער האט פרובירט איינצושטעלן א אינערליכע עקאנאמיע (ווערט אנגערופן אן אליין-אויסקום עקאנאמיע) און אלע ביזענעסער האבן געארבעט פאר דאמעסטיק פראדוקציע. די אנעמפלויאמענט ראטע איז געפאלן פון 6 צו 2 מיליאן. און די ארמיי איז אינגאנצן איבערגעארבעט געווארן צו א פראפעסיאנאלע ארמיי מיט זייער א שטארקע קראפט וועלכע היטלער האט געברויכט צו דעגרייכן זיינע בייזע פלענער. איינע פון די הויפט שטארקייטן צו היטלער'ס ארמיי איז געווען די אויפבוי פון א מעכטיגע עיר-פארס אויף וועלכע היטלער האט פארלאזט זיין מאכט. היטלער האט אויפגענומען הערמאן ווילהעלם גאורינג, א נאנטע פריינט צו היטלער, אנצופירן מיט די אויפבוי פון די עיר-פארס. נאך א שליסל צו זיין סוקסעספול ארמיי איז געווען די גרינדונג פון א פראפאגאנדע אפטיילונג פאר דעם מיליטער. היטלער האט פארדעם אויפגענומען פאול דזשאסעף גאבעלס וועלכער האט געהאט אסאך ערפארונג אין מעדיע און פראפאגאנדע. גאבעלס האט געטאן א גוטע דזשאב מיט וועלכע היטלער איז געווען זייער צופרידן. די פראפאגאנדע איז געגאנגען זייער ראפינירט, אריינפרעגלנדיג די כבוד און מאכט פון דער ארמיי אין יונגע קינדער און אין פרויען אז אלע זאלן שטיצן היטלער'ס אגענדע. די פראפאגאנדע אגענטור האט זיך באנוצט מיט ראדיא, פילמס, און פאבלישינג צו דעגרייכן איר ציל.
די האלאקאסט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שוין אין 1933 האט די נאצי רעגירונג אנגעהויבן בויען די קאנצענטראציע קעמפס איינצוזעצן פיינט פון די רעזשים, אריינגערעכנט די יידן, פאליטישע אפאנענטן, קאמוניסטן, פראפעסיאנאלע קרימינאלן, און אנדערע גלויביגע אדער עטנישע מענטשן. זייער אסאך איינוואוינער האבן אנגעהויבן פארלאזן דייטשלאנד ווען די גזירות זענען געווארן הארבער, ספעציעל נאך די ביטערע נורענבורג געזעצן וועלכע האט אוועקגענומען אסאך רעכטן פון די יידן, אריינגערעכנט בירגערשאפט און אנדערע ציווילע רעכטן. אין יענע צייטן (936') איז פארגעקומען די אלימיפיאדעס אין דייטשלאנד און די (פרייע) יידישע ארטיסטן און פילם מאכער האבן געהאט א גרויס'ן טייל דערין. דורכאויס דער אלימפיאדע איז דער מצב געווען אביסל בעסער ווייל די נאצישע רעגירונג האט נישט געוואלט ארויסווייזן איר אגרעסיווע אויפפירונג. אבער נאך דער אלימפיאדע איז אלעס געווארן נאך פיל ערגער ווען די גוטע יידישע שפילער, ארטיסטן, אקטיארן, און אנפירער זענען ארויסגעווארפן געווארן פון זייערע שטעלעס און זייערע פראדוקטן האבן זיך פארקויפט פאר א צענטל די פרייז וואס עס איז ווערד געווען. מיט דער צייט האבן די נאציס אנגעהויבן אטאקירן יידן אויפ'ן גאס און האבן געמאכט פאגראמען אינמיטן די נאכט. די מערסט באקאנטע פאגראם אין דייטשלאנד בעפאר די קריג איז באקאנט די קריסטאל נאכט ווען די נאציס האבן אומגעברענגט 90 יידן, האבן פארברענט צענדליגער שולן, און אויסגעבראכן די פענסטער און בא'גנב'ט די יידישע געשעפטן. נאך די קריסטאל נאכט געשעעניש זענען הונדערטער טויזנטער יידן אנטלאפן פון דייטשלאנד אבער מער פון דעם האבן נישט געקענט אדער האבן נישט געוואלט און זענען ליידער פארבליבן קרבנות צו די נאציס. פון די יידן וואס זענען יא אנטלאפן זענען אסאך געראטעוועט געווארן פון די קריג אבער פאר וועמען די גזירה פון הימל איז שוין געווען פארשריבן האט עס גארנישט געהאלפן און זענען שפעטער אומגעברענגט געווארן דורך די דייטשן ווען זיי האבן איינגענומען זייערע לענדער וואו זיי זענען אנגעקומען (הי"ד).
וואס די האלאקאסט האט ווייטער געברענגט דורכאויס די קריג איז אומבאשרייבליך און איז אינגאנצן נישט דא דאס פלאץ ארויסצוברענגן. יידן פון פוילן, פראנקרייך, בעלגיע, האלאנד, נארוועי, דענמארק, יוגאסלאוויע, און גריכן זענען אריין אונטער דייטשע אקופאציע וועלכע האבן זיי איינגעצוימט אין געטאס און שפעטער אפגעשיקט קיין אוישוויץ וואו זיי האבן ליידער אומגעברענגט א געשאצטע 6 מיליאן יידן (הי"ד). ווען די דייטשן זענען אריין קיין רוסלאנד האבן זיי מיטגעשיקט א ספעציעלע טויט איינהייט וועלכע האט זיך אפגעגעבן מיט אומברענגן יידן. מען שאצט אז ארום א מיליאן רוסישע, בילארוסיע, און אוקריינישע יידן זענען אומגעקומען אין דיישטע הענט (הי"ד). די דייטשן האבן געוואלט אויסנוצן יעדן איד און האבן זיי געגעבן שווערע ארבעט. די וואס האבן נישט געקענט ארבעטן אדער זענען קראנק געווארן זענען אומגעברענגט געווארן דורך פארגאזונג, שיסן, אדער פאטאלע איינשפריצונגן. די טויטע יידישע קערפער זענען ליידער גענוצט געווארן פאר מעדיקאלישע עקספרימענטן. אין 942' זענען די טרויעריגע טויט קעמפס אין אוישוויץ און אין בירקענאו פארטיג געווארן און די דייטשע רוצחים האבן אפיציעל אנגעהויבן אומברענגן גאנצע קהלות און יידישע קאמיוניטיס דורך זייער בארימטע גאז קאמערן און קרעמאטאריעמס. די טויט קעמפס האבן אומגעברענגט ארום 9,000 יידן אין 24 שטונדן מיט די הילף פון יידישע ארבעטער און פאליציי. ביי די ענדע קריג איז די נומער פון די אומגעקומענע געשאצט געווארן צווישן 5.6 און 5.9 מיליאן יידן. אויסער די יידן זענען הונדערטער טויזנטער מינערווערדיקע מענטשן אומגעברענגט געווארן דורכאויס די 12 יאר פון די פארשאלטענע דריטע רייך.
אפאזיציע און קעגנערשאפט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]כאטש רוב לענדער וועלכע זענען אקופירט געווארן דורך די דייטשן האבן קאלאבראדירט מיט די דייטשע רציחות פון יידן און אנדערע, זענען אבער געווען געוויסע לענדער וועלכע האבן זיך יא קעגנגעשטעלט די דייטשן. אונגארן, בולגאריע, פינלאנד, און איטאליע האבן אין אנפאנג אפגעזאגט די דייטשן צו דעפארטירן יידן קיין דייטשלאנד. צווישן די געליטענע זעלבסט איז אויך געווען עפעס קעגנשטעלונג. אין די לאגערן פון טארנאו, רעדאם, בעדזין, ביאליסטאק, און סאביבאר זענען פארגעקומען דורכגעפאלענע אויפשטאנדן אין וועלכע די געליטענע יידן האבן נקמה גענומען פון זייערע פייניגער אבער זענען שפעטער אומגעברענגט געווארן דורך די דייטשע ארמיי וועלכע זענען זייער שנעל געקומען צו הילף די עס-עס רוצחים. די גרעסטע אויפשטאנד אין פארגעקומען אין ווארשע אין 943' ווען די פארבליבענע 65,000 יידן וועלכע האבן שוין געוואוסט וואס עס ווארט זיי (ר"ל) האבן ארגאנאזירט א מעכטיגער אויפשטאנד וועלכע האט אנגעהאלטן איבער 3 וואכן. אין דעם אויפשטאנד האבן די יידן מיט זייערע גע'גנב'טע געווער און ארטילערי אויסגעקוילעט הונדערטער דייטשע פאליציי לייט און האבן געקעמפט ביז'ן לעצטן מינוט ווען א ריזיגע מחנה פון דייטשע סאלדאטן האבן זיי נאכאנאנד באמבארדירט און פארניכטעט די גאנצע געטא מיט אלע מענטשן אין איר (הי"ד).
אין דייטשלאנד זעלבסט איז געווען קעגנערשאפט פון צוויי באזונדערע גרופעס. די ערשטע זענען געווען אינדיווידואלע מענטשן וועלכע האבן נישט געקענט פארנעמען די דייטשע רציחות און און גרעסטע מאס אוממענטשליכקייט און די היסטאריע און האבן זיך גרופירט אונטער די פירער פון א דייטשע קירכע וועמענס גלחים זענען געווען די אנפירער פון די גרופע. די גרופע האט זייער אפען אראפגעריסן די דייטשע ראסיזם און ברוטאליטעט און האבן באצאלט א פרייז דערפאר ווען די דייטשן האבן זיי ארעסטירט, דעפאטירט, אדער אומגעברענגט. די צווייטע גרעסטע קעגנערשאפט איז געווען אין די אויניווערסיטי אוו מינכן וואו א גרויסע טייל סטודענטן האבן געגרינדעט אן אונטערערדישע קעגנערשאפט וועלכע איז אנגערופן געווארן די ווייסע רויז. די גרופע איז געווען שטארק און האבן געהאט גרויסע פלענער אבער עס איז עווענטועל אויפגעדעקט געווארן און עקזעקוטירט געווארן דורך די עס-עס. סאציאליסטן און קאמוניסטן וועלכע האבן באוויזן צו אנטלויפן בעפאר די קריג האבן אויך פרובירט צו קעמפן די פאטיסטישע רעגירונג אבער זייער אקציעס זענען געווען ווערדלאז. אחוץ די ציווילע קעגנערשאפט איז אויך געווען קעגנערשאפט אינערהאלב היטלער'ס רעגירונג וועלכע האבן פרובירט עטליכע מאל אים אומצוברענגן. די מערסט באקאנטע פראבע איז געווען אין 944' ווען עטליכע גאר נאנטע פריינט פון היטלער האבן אונטערגעלייגט א באמבע אין זיין אונטערערדישע אפיס וועלכע האט אים נאר לייכט פארוואונדעט. היטלער האט נקמה גענומען פון אלע אויפשטענדלער אין פובליק מיט גרוליגע און ברוטאלע עקזעקואציעס.
דער צווייטער וועלט קריג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די מאסיווע חורבנות וואס דער ערשטער וועלט קריג האט אנגעמאכט איז נאך געלעגן אין די ביינער פון אלע אייראפעאישע לענדער, אבער די רייץ און גלוסט פאר מאכט איז ווייטער געבליבן איינגעבאקן. נאצי-דייטשלאנד האט טראץ אירע סאנקציעס אנגעהויבן אויפבויען איר מיליטער שטילערהייט אבער די אליאירטע לענדער זענען שנעל געוואויר געווארן וואס עס קאכט זיך דארט און האבן דאך פארמאכט די אויגן אויס מורא פאר נאך א קריג ווען דער ביטערער טעם האט זיך נאך געשפירט. היטלער האט פארשטאנען זייער שוואכקייט און האט דאס אויסגענוצט ביז די לעצטע מינוט ווען די אליאירטע האבן געזען וואס ער פלאנט צו טאן און האבן אנגעהויבן קעמפן.
היטלער'ס אויסריידן זענען געווען אז דער ווערסיי אפמאך איז נישט געווען יושר'דיג און דייטשלאנד וויל צוריקנעמען אירע געוועזענע טעריטאריעס. זיינע טענות האבן נישט שלעכט געקלינגען און די אויערן פון אסאך פאליטישע פירער וועלכע האבן אויך געהאלטן אז דער אפמאך איז נישט געווען גוט אויסגערעכנט און עס קומט זיך מער פאר דייטשלאנד. אין 933' האט דייטשלאנד איבערגעלאזט איר מיטגלידערשאפט אין די ליג אוו נעישאנס און געשלאסן א געשעפט מיט יאפאן קעגן קאמוניזם. דייטשלאנד האט אויך געמאכט א נאנטע אליאנץ פארבינדונג מיט די פאטיסטישע איטאליע. היטלער האט אין זיינע ערשטע טריט געמאלדן אז עסטרייך איז א טייל פון דייטשלאנד און האט געמאכט אן אפיציעלע יוניאן אן דעם וואס איינער זאל מאכן א פיפס. אפילו עסטרייך זעלבסט האט נישט ארויסגערעדט קיין ווארט, ציטערנדיג פון דייטשלאנד'ס מלחמה מאשין. היטלער האט זיך באלד דערנאך גענומען צו טשעכסלאוואקיע ביי וועלכע ער האט ווייטער אויסגעפירט אן א שאס נאכדעם וואס בריטען, פראנקרייך, און איטאליע האבן אונטערגעשריבן די טרויעריגע באוואוסטע מינכן פאקט וועלכע האט געגעבן רשות פאר היטלער צו אקופירן די טייל פון טשעכסלאוואקיע וועלכע איז געווען פיל מיט דייטשע איינוואוינער אויפ'ן תנאי אז מיט דעם וועט ער זיין צופרידן און אפלאזן אנדערע לענדער. למעשה האט זיך די מינכן פאקט ארויסגעשטעלט צו זיין די גרעסטע טעות פון די אליאירטע וועלכע וואלטן נאך דעמאלט געקענט גרינגער קעמפן קעגן נאצי-דייטשלאנד.
עס האט נישט גענומען מער ווי עטליכע מאנאטן ווען היטלער האט געבראכן זיין צוזאג און איינגענומען די צווייטע העלפט טשעכסלאוואקיע. 5 מאנאטן שפעטער האט היטלער אויסגעדרייעט זיין פאליסי, מאכנדיג א נייע פאקט מיט סאוויעט יוניאן אין וועלכע די צוויי גרויסמאכטן האבן אויסגעארבעט די פלענער צו אינוואדירן פוילן און זיך דערנאך צוטיילן מיט די רויב. פוילן האט אנגעהויבן דערגיין די פלענער און האט געשלאסן א פאקט מיט בריטען אז זי וועט איר צו הילף קומען אויב דייטשלאנד מארשירט אריין. אין א איבערראשונג האט דייטשלאנד אינוואדירט פוילן א מאנאט דערויף און בריטען און פראנקרייך האבן דעקלערט קריג קעגן דייטשלאנד און די צווייטע וועלט קריג האט זיך אנגעהויבן. דייטשלאנד האט דורכגעפירט בליץ קריגן וועלכע מען האט זיך שווער געקענט אנטקעגן שטעלן. די דייטשע ארמיי האט געהאט די בעסטע עקוויפמענט און האט געארבעט זייער פונקטליך. מערב פוילן איז איינגענומען געווארן איינס צוויי דורך די דייטשן און מזרח דורך רוסלאנד. נאך פוילן האט דייטשלאנד גרינגערהייט איינגעשלינגן דענמארק, נארוועגיע, און נאך קלענערע לענדער גרייכנדיג די גרעניצן פון פראנקרייך. פראנקרייך איז געווען דאס ערשטע לאנד וואס האט געמאכט אן ערנסטע ווידערשטאנד אבער די דייטשן האבן איר שנעל באזיגט און האבן נקמה גענומען דורך איינשטעלן אן ענליכן אפמאך וואס פראנקרייך האט איינגעשטעלט אין דייטשלאנד נאך דער ערשטע וועלט קריג. אין דעם אפמאך האט פראנקרייך אויך נישט געמעגט האבן קיין וואפן און האט געמוזט אויפגעבן טעריטאריעס פון איר אימפעריע. היטלער האט זיך נישט אפגעשטעלט און מארשירט ווייטער קיין בריטאניע, אנהייבנדיג מיט מאסיווע באמבארדירונגען נאכט נאך נאכט וועלכע האבן פארניכטעט טויזנטער געביידעס און מיליטערישע איינריכטונגן. אבער די בריטישע זענען געווען עקשנים און האבן זיך נישט געוואלט אונטערגעבן. היטלער האט אויך געשיקט טרופן קיין אפריקע, גריכנלאנד און יוגאסלאוויע וואו די איטאליענישע כוחות האבן געקעמפט און דערנאך פלוצלינג זיך אויסגעדרייעט קעגן רוסלאנד און אנגעהויבן מעכטיגע אינוואזיעס, גרייכנדיג ביז נאנט צו מאסקעווע וואו די סאוויעטן האבן צוגעגרייט א שטארקע ווידערשטאנד און מיט די הילף פון א קאלטע ווינטער צו וועלכע די דייטשן זענען נישט געווען געוואוינט, האבן זיי פארטריבן די דייטשן און פארניכטעט א גרויסע טייל פון איר ארמיי.
יאפאן וועלכע האט באזונדער געקעמפט אינעם פאסיפיק האט איין אינדערפרי באמבארדירט אמעריקע'ס פוירל הארבאר שיף איינריכטוג וועלכע האט אריינגעשלעפט אמעריקע אין די קריג אויך קעגן דייטשלאנד. די קריג איז שוין דעמאלט געגאנגן שלעכט פאר די דייטשן אבער די דיישטע רוצחים האבן אנגעפירט מיט זייערע רציחות אומגעברענגענדיג וואס מער יידן (און נאך) הי"ד. די אקופירטע לענדער האבן אנגעהויבן פארלירן סופלייס און עסן פון וועלכע אסאך מענטשן זענען געשטארבן און געהעכרט די צאל פון די טויטע.
אין 943' האט די שטריק ארום דייטשלאנד אנגעהויבן איר שטיקן. די אליאירטע האבן אפגעהאלטן נצחונות אין אפריקע און פון דארט אינוואדירט איטאליע. מיליאנען באמבעס האבן אנגעהויבן פאלן אויף דייטשע פאבריקן און מיליטערישע פעסטונגן, אומברענגנדיג צענדליגער טויזנטער ציווילע דייטשן. ביי א געוויסן פונקט האבן די אליאירטע באמארדירונגן אין איין נאכט אויף האמבורג און דרעסדען אפגעווישט 130,000 ציווילע דייטשן. וויאזוי אימער, האט היטלער זיך נישט געוואלט אונטערגעבן און האט ווייטער געקעמפט און געהייסן זיינע גענעראלן קעמפן ביז'ן לעצטן סאלדאט. די אליאירטע כוחות האבן צוביסלעך אריינגעדרינגן אין דייטשלאנד דורך די היסטארישע אינוואזיע אין נארמאנדי און די רוסן פון מזרח. ווען די רוסישע מיליטער איז געשטאנען ביי די שוועל פון בערלין איז היטלער באגאנגן זעלבסמארד און זיין מיליטער האט זיך אונטערגעגעבן ביז עטליכע וואכן.
דייטשלאנד אינעם צוואנציגסטן יארהונדערט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די דייטשע באפעלקערונג איז אסאך געוואקסן אין א צייט פון קריג (פארגעסט נישט אז דייטשלאנד האט פארלוירן קרוב צו 20 מיליאן מענטשן דורכאויס די 6 יאר פון די קריג) און מער מענטשן האבן זיך אריבער געצויגן אין די גרויסע שטעט אנצוהייבן אן אורבאן לעבן. די וואוקס איז אבער נאר געווען אין מערב דייטשלאנד. אין מזרח איז די באפעלקערונג פארבליבן ביי 17 מיליאן איינוואוינער לאנגע יארן נאך די קריג. ווען דייטשלאנד האט זיך צוריק פאראייניגט אין 990' האט זי געהאט סך הכל 82 מיליאן איינוואוינער.
טראץ די מאסיווע באמבארדירונגן און טאטאלע פארניכטונג האט דייטשלאנד'ס אינדוסטריאלע עקאנאמיע איבערגעלעבט ביידע וועלט קריגן און האט ווייטער געבליעט. די שנעלסטע וואקוס איז געווען אין די קוילן אינדוסטרי וועלכע איז בעפאר די קריג געווארן די וועלטס גרעסטע קוילן פראדוצירער. אין די אויטאמאביל אינדוסטרי איז דייטשלאנד געווארן די וועלטס פירער נאכדעם וואס רודאלף דיזעלס האט ערצייגט א נייע סארט אויטא מאטאר וועלכע טראגט זיין נאמען (דיזעל מאטארן) אין צוגאב צו די גאזאלין מאטאר וועלכע איז אויך אויסגעטראפן געווארן דורך דעם דייטשן אינדזשעניר גאטליב דיימלער יארן פריער. דיימלער האט אין זיינע עלטערע יארן געעפענט אן אייגענעם אויטא פירמע וועלכע האט זיך שפעטער צוזאמנגעשמאלצן מיט אן אנדערע דייטשע אויטא פירמע פון קארל בענז און איז געווארן די וועלט'ס באוואוסטע מערצעדעס-בענז בראנד. אין דער זעלבער צייט האט זיך אין דייטשלאנד געגרינדעט צוויי אנדערע גרויסע אויטא פירמעס: בעוועריען מאטאר וואורקס (בי-עם-דאבעליו) און וואלקסוועגן, ביידע ריזיגע וועלט פירמעס. דייטשע סייענטיסטן און פארשער זענען אויך געווען זייער סוקסעספול און האבן געווינען 26 נאבעלע פרייזן אין כעמיסטרי, פיזיקס, און מעדעצין. כאטש די גרעסטע סייענטיסטן אין פיזיקס זענען אין יענע צייטן געווען אלבערט איינשטיין און מעקס פלענק (פלענק איז גראדע אויך געווען א דייטשער נאר ער איז ארויסגעטראסקעט געווארן פון לאנד נאכדעם וואס ער האט אפען קריטיקירט די נאצי רעזשים), האבן די דייטשע סייענטיסן דעגרייכט זייער אסאך אין נאטורליכע און סאציאלע סייענס.
צוויי שטאטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין די לעצטע מאנאטן פון דעם קריג ווען דייטשלאנד'ס מפלה איז שוין געווען א זיכערע זאך האבן די אליאירטע זיך צוזאמענגעזעצט צו פארהאנדלען די נאך-מלחמה אקופאציעס וועלכע איז דאן צוטיילט געווארן צו פיר באזונדערע זאנעס צווישן פראנקרייך, רוסלאנד, אמעריקע, און בריטאניע. די רוסן האבן שווער געקעמפט אין מזרח און מען האט זיי באלד צוגעטיילט גאנץ מזרח דייטשלאנד מיט'ן אויסנאם פון די הויפט שטאט בערלין וועלכע איז זעלבסט צוטיילט געווארן צווישן די גרויסמאכטן און רוסלאנד האט נאר באקומען א טייל. די פראנצויזן האבן באקומען דרום-מערב דייטשלאנד און אמעריקע און בריטען האבן זיך צוטיילט מיט מערב. אין די פאלגענדע 2 יאר נאך די קריג איז אפגעהאלטן געווארן אן אינטערנאציאנאלע מיליטערישע טריבונאל אין נורעמבורג וואו די דייטשע מערדער האבן באקומען זייערע פראצעסן פאר זייערע קריגס פארברעכן אין זייערע אכזריות'דיגע פארברעכן קעגן די מענטשהייט. רוב פארברעכער זענען אומגעברענגט געווארן אדער פארשפארט געווארן פאר זייער גאנצן לעבן.
אין יענע צוויי יאר איז געווען דייטשלאנד'ס שווערסטע עקאנאמישע יארן. אויב די קריג האט נישט גענוג צוקלאפט די עקאנאמיע האבן פרישע צענדליגער טויזנטער מזרח דייטשע איינוואוינער געשאפן די גרעסטע פראבלעם ווען זיי זענען אנטלאפן פון קאמוניזם און האבן באלאגערט די אזוי אויך אפגעשוואכטע מערב סאסייאיטי וועלכע האבן קוים געהאט גענוג האוזינג און עסן פאר זייערע אייגענע געברויכן. איינמאל די עקאנאמיע האט זיך צוריקגעכאפט האבן די אנטלאפענע געגעבן ווערדפולע ארבעט און כשרונות.
אין די צוויי דייטשע שטאטן האט זיך נאך די קריג אנגעהויבן בויען צוויי אנדערע עקאנאמיעס וואס איז געוען א פארמעסט צווישן די אליאירטע און די סאוויעט יוניאן. אמעריקע אין בריטען האבן זיך שנעל פאראייניגט זייערע זאנעס און עס איז געווארן די ברייזאניע. פראנקרייך האט נאכגעטאן און האט זיך אויך פאראייניגט, פארמירנדיג די אזוי גערופענע טרייזאניע. אמעריקע אין בריטען האבן באזייטיגט די דייטשע אומסטאבילע וואלוטע און האבן איינגעשטעלט די דייטשע מארק און אנגעהויבן אינוועסטירן שווערע געלטער צו די ווידער-אויפבוי פון דייטשלאנד'ס עקאנאמיע. אמעריקע און אירע שותפים האבן דייקא געוואלט ווייזן פאר די קאמוניסטן אז זיי וועלן מאכן מערב דייטשלאנד פאר א עקאנאמישע וועלט מאכט ווען די סאוויעטן האבן געטאן דאס זעלבע און אויסגעפארעמט א ריכטיגע קאמוניסטישע עקאנאמיע וועלכע האט נאציאנאליזירט אלע פריוואטע ביזנעסער און אלע גרויסע אונטערנעמונגן זענען צוטיילט געווארן צו עטליכע קלענערע לאגערן. למעשה האבן ביידע זייטן שטארק מצליח געווען און אלס רעזולטאט איז דייטשלאנד ארויסגעקומען אייראפע'ס מערסט בליענדיגע לאנד. די מארשאל פלאן האט אויך גאר אסאך געהאלפן קליינע און פריוואטע ביזנעסער וועלכע וואלטן פארלוירן געגאנגן ווען נישט די הילף וואס זיי האבן באקומען.
די סאוויעטן און די פאראייניגטע שטאטן האבן אויך אויפגעבויט פאליטישע קאנקורענט רעזשימען און האבן זיך גערייצט ביי יעדער געלעגנהייט. אין 948' האבן די סאוויעטן פרובירט איבערנעמען קאנטראל אויף גאנץ בערלין דורך בלאקירן אלע ראודס אריין אין שטאט און אזוי ארום פארהאלטן די שטאט'ס סופלייס און פארשיקן די אמעריקאנער אקופירער. אמעריקע האט זיך אבער שנעל אן עצה געגעבן און האט ארגאניזירט א עירליפט וועלכע האט סופלייט מערב בערלין פאר 11 מאנאטן ביז די סאוויעטן האבן צוריקגעצויגן און אויפגעלעזט זייערע בלאקירונגן. אין 949' האבן אמעריקע, בריטען, און פראנקרייך געהאלפן גרינדן די פעדעראלע רעפובליק אוו דייטשלאנד כאטש בערלין איז נאך אלס געווען צוטיילט אין פיר זאנעס. די נייע הויפטשטאט איז אויפגעשטעלט געווארן אין באן און דער פירער פון די קריסטליכע דעמאקראטישע יוניאן, קאנראד עדענעוער, איז געוארן דער ערשטער קאנצלער.
די קאלטע קריג צייטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 952' האבן די מערב אקופירער לענדער אונטערגעשריבן אן אגרימענט מיט מערב דייטשלאנד וועלכע איז באקאנט געווארן אלס די באן קאנווענשן וואס האט אפיציעל געענדיגט מיליטערישע אקופאציע כאטש מערב טרופן זענען נאך אלץ פארבליבן דארט אלס אליאירטע. צוויי יאר שפעטער האט דייטשלאנד באקומען פולע זעלבשטענדיקייט און איז געווארן א פולע מיטגלידער אין נאטא'ס דעפענס סיסטעם. די איינציגסטע ארט וואו דאס מיליטער איז פארבליבן איז געווען אין מערב בערלין וואו די אליאירטע האבן גענומען פאראנטווארטליכקייט צו באהאנדלן די מצב מיט די סאוויעטן און דארט זיין פאר א מעגליכע ווידער פאראייניגונג. אין 956' האט דייטשלאנד אנגעהויבן צוריק אויפבויען א מינימאלע מיליטער טראץ די קעגנערשאפט פון די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי (עס-די-פי). עטליכע יאר דערויף האט די עס-די-פי פארלאנגט די מערב לענדער ארויסצוציען אלע זייערע טרופן און האט פארלאנגט א שטרענגע לימיטאציע צו קאנווענציאלע וואפן. די דייטשע באפעלקערונג האט אבער נישט מסכים געווען און האט פארלאנגט א באוואפנטע דייטשלאנד וועלכע איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס אמעריקע האט געהאט חשק צו האבן נאך א נוקלעארע באוואפנטע נאטא קראפט מיטגלידער. דייטשלאנד איז אויך דאן געווארן א מיטגלידער אין די אייראפעאישע עקאנאמישע געמיינדע.
די 50'גער יארן זענען געווען זייער גוטע און דאס לאנד האט זיך אסאך אנטוויקעלט אין די יארן. די דזשי-די-פי איז געוואקסן מיט 75 פראצענט און די יערליכע וואוקס פער מענטש האט זיך גאר געדאפעלט. די אינדוסטריאלע וואוקס איז געקומען פון פרישע שטייער שניטן פאר פריוואטע און גרויסע אינוועסטמענטס פון פריוואטע מענטשן. די ארבעטס קראפט איז געבענטשט געווארן דורך 3.5 מיליאן אימיגראנטן מיט גוטע כשרונות, רוב דערפון אנטלאפענע פון מזרח דייטשלאנד און אסאך פון שפאניע, טערקיי, און איטאליע. די אימיגראנטן האבן פארשפרייט אלע ביזנעסער און האבן ארויפגעשטופט די עקאנאמיע צו גאר הויכע שטאפלן וואס קיינער וואלט זיך נישט געקענט פארשטעלן. די דייטשע האבן עס שפעטער באצייכנט אלס די "ווירטשאפטס וואונדער" (עקאנאמישער נס).
די דייטשע רעגירונג האט אין די אלע יארן ווייטער פאר'משפט נאצי פארברעכער און האט זיי געשטערט פון האבן א טייל און די נייע דייטשלאנד. די רעגירונג האט אויך געגעבן גרויסע געלטער פאר די צושטאנדקום פון די יידישע מדינה (מדינת ישראל) וועלכע זי האט באטראכט אלס א שטיקל קאמפענסאציע צו די חרבנות וואס זי האט אנגעמאכט אין דאס יידישע פאלק. ביי די ענדע פון די 50'גער יארן האבן עטליכע פירמעס מיט נאצי פארגאנגענהייטן יא אנגעהויבן צוריקקומען אין די עקאנאמיע. ביז אין 960' האט שוין דייטשלאנד געהאט אן 1 ביליאן דאלארדיגער סורפלוס אין עקספארט און איז געווארן אייראפעס פירנדיגע פאליטישע און עקאנאמישע קראפט. אין מזרח דייטשלאנד האט זיך אויפגעבויט אן אנדער לאנד מיט אן אנדערע סאסייאיטי. די קאמוניסטישע רעגירונג סיסטעם האט געהאט די פולע קאנטראל אויף די גאנצע עקאנאמיע און איר אויסגעפירט דורך די פאליציי קראפט וועלכע מען האט דארט אנגערופן די סטאסטי. די ארטיגע רעגירונג האט פארבאטן די געוועזענע נאציס פון ארבעטן אין די סעקטארן פון ערציאונג, געזעץ, און די ארמיי. מזרח דייטשלאנד האט געליטן פון אסאך פראבלעמען און טייל מאל איז פשוט געווען א מאנגל אין עסן. די שטייערן זענען געווען זייער הויך וועלכע האט געפירט צו ריזיגע פראטעסטן וועלכע זענען אפגעשטעלט געווארן מיט געוואלד. אין די ערשטע 15 יאר זענען הונדערטער טויזנטער איינוואוינער אנטלאפן קיין מערב דייטשלאנד, ספעציעל די געלערנטע מענטשן וועלכע האבן געזוכט א פרייערע לעבן צו קענען טאן ביזנעס. זעענדיג אז זי בלייבט באלד אן א מענטשן, האט די קאמוניסטישע מזרח רעגירונג אנגעהויבן בויען א צוים פון שטעך דראט און אייזן צו קענען פארהאלטן די מאסן אויסוואנדערונג. די רעגירונג האט אנגערופן די צוים "די אנטי פאטיסטישע באשיצונג וואנט". די שטעך דראט איז שפעטער איבערגעטוישט געווארן צו א שטיינערנע מויער וועלכע איז באקאנט געווארן אלס די בערלינער וואנט (זעט מער אינפארמאציע אין בייגעלייגטן קעסטל).
אין 969' איז די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי ענדליך געלונגען צו געווינען די מאיאריטעט א דאנק די הילף פון דער פרייער דעמאקראטישער פארטיי וועלכע האט איר אויך געשטיצט. ווילי בראנדט, דער פירער פון דער פארטיי, איז געווארן קאנצלער און געזוכט אנצוקניפן בעסערע באציאונגן מיט סאוועטישן רוסלאנד. די סאוועטן האבן זיך געלאזט און בראנדט האט דעגרייכט א 4 קראפטיגע הסכם (אקארד) צו בערלין און די אפיציעלע אנערקענונג פון ביידע רעגירונגען. א יאר דערויף זענען ביידע רעגירונגען איינגעשריבן געווארן און די פאראייניגטע פעלקער אבער בראנדט האט רעזיגנירט פון זיין בענקל נאך פאר זיין ארבעט איז פארענדיגט געווארן נאכדעם וואס מען איז דערגאנגען אז איינער פון זיין אינערליכע פערזענליכע שטאב איז געווען א שפיאן פאר מזרח דייטשלאנד.
בראנדט איז איבערגענומען געווארן דורך העלמוט שמידט (1974-1982). נאך שמידט איז דער נעקסטער קאנצלער געווען העלמוט קאהל (1982-1998) פון דער קריסטלעך דעמאקראטישן פאראיין. קאהל האט געטאן א גוטע ארבעט און ער איז איבעראל באגריסט געווארן דערפאר. ער איז עטליכע מאל ווידער-ערוועלט געווארן און האט געשאפן א פראמינענטן נאמען פאר דייטשלאנד אין דער אינטערנאציאנאלער געמיינדע. צוביסלעך האבן די צוויי דייטשע רעגירונגען אנגעהויבן בעסערע באציאונגן אין פינאנציעלע פראגעס און שפעטער אויך אין נסיעות. אין 987' האט דער מזרח דיישטלאנד פרעזידענט, עריך האנעקער, געבראכן די אייז און איז געווארן דער ערשטער מזרח פרעזידענט אפצוהאלטן אן אפיציעלע באזוך אין מערב דייטשלאנד.
דייטשלאנד פאראייניגט זיך צוריק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין די 980' יארן האבן די אייראפעאישע קאמוניסטישע רעגירונגן אנגעהויבן ווייזן פארמערנדיגע צייכנעס פון איבערשטרענגעניש און יעדער האט געקענט זען אז די קאמוניסטישע סיסטעם איז לעכערליך. די קאמוניסטישע רעגירונגן האבן דאן אנגעהויבן אויפציען דעמאקראטישע רעפארמען און האבן פארגרינגערט די טרעוול פארבאט צו מערב. די מזרח דייטשע איינוואוינער האבן דאן אויסגענוצט די געלעגנהייט און זיך אריבער געכאפט קיין מערב דייטשלאנד דורך די סאציאליסטישע לענדער ווען זייער רעגירונג איז געשטאנען פארצווייפעלט נישט וויסנדיג וואס צו טאן ווייטער. די מערב רעגירונג האט גוט אויפגענומען די נייע אימיגראנטן און זיי געשאפן ארבעט. מען קען זיך פארשטעלן וואספארא קריזיס עס האט אויסגעבראכן אין מזרח דייטשלאנד. טויזנטער ביזנעסער זענען אונטערגעגאנגן און די וויכטיגע באדערפענישן האבן אנגעהויבן מאנגלן. האנעקער האט רעזיגנירט פון אמט און זיין נאכפאלגער, עגאן קרענז, האט צוגעזאגט רעפארמען. קרענז האט גענומען שנעלע שריט און האט איבערראשט גאנץ דייטשלאנד מיט זיין מעלדונג אז די בערלינער וואנט איז מער נישט גילטיג און וועט מער נישט סערווירן קיין שום פונקציע.
דעמאקראטישע לעכצער פון ביידע זייטן האבן אנגעהויבן אראפרייסן דעם סימבאלישן מויער און פרישע 200,000 מענטשן האבן פארלאזט מזרח דייטשלאנד דורך די נארוואס אויפגעריסענע עפענונגן. די מערב רעגירונג האט דאן אויסגענוצט די געלעגנהייט אויף פארקערט און אנגעהויבן אריינשיקן הילף פאר די אונטערגעדרוקטע איינוואוינער. מיט וואס א טאג מער זענען די צוויי סאסייאיטיס געווארן מער אפען איינע צו די אנדערע און אין 990' האבן די צוויי רעגירונגן געלאנטשט א פאראייניגטע פינאנציעלע סיסטעם. פון דארט איז שון אלעס געגאנגן שנעל און די מזרח רעגירונג האט אויף יעדע אישו אנגענומען דער דעמאקראטישער וועג וועלכע מערב דייטשלאנד האט אנגעבאטן. אום אקטאבער 993' האבן זיך די צוויי דייטשלאנדס אפיציעל פאראייניגט דורך די אויפלעזונג פון די מזרח רעגירונג. די ערשטע וואלן פון דאס גאנצע לאנד צוזאמען איז אפגעהאלטן געווארן אין דעצעמבער. די קאאליציע איז אנגעפירט געווארן דורך קאהל וועלכער האט גענומען א טייל אין די ווידער-פאראייניגטע רעגירונג. א יאר דערויף האט די בונדסטאג באשטימט בערלין אלס די הויפט שטאט פון דייטשלאנד און מען האט אנגעהויבן טראנספערירן די רעגירונג אוועק פון באן. נישט אלעס איז געלונגן צו טראנספערירן אזוי שנעל און זענען פארבליבן אין באן ביז'ן היינטיגן טאג.
מיט דער פאראייניגונג פון די צוויי דייטשלאנדס איז די ווידער-פאראייניגטע רעגירונג געווארן די 12'טע לאנד אין די דעמאלט גערופענע מעסטריקט טריטי (אפמאך) וועלכע האט פארמירט די אייראפעאישע פאראיין. די מיטגלידער אין די אי-יו האבן זיך געברויכט צושטעלן צו א פאראייניגטע עקאנאמישע און אויסערן פאליסי. דייטשלאנד האט אנגעהויבן ארבעטן ארייגענומען צו ווערן אין די יו-ען סעקיוריטי קאונסיל און האט עס דעגרייכט נאכדעם וואס א דייטשע קאנסטיטוציאנאלע געריכט האט געאורטיילט אז דייטשלאנד איז פאסיג אנטייל צו נעמען אין שלום אפעראציעס אויסער נאטא. אין 994' האבן די לעצטע פארבליבענע רוסישע טרופן פארלאזט בערלין, סיגנאליזירנדיג די ענדע פון דער 50 יעריגער אקופאציע אין מזרח דייטשלאנד דורך סאוועט רוסלאנד. ווי נאר דאס האט פאסירט זענען די לעצטע 200 אליאירטע טרופן אויך אהיימגעגאנגן און בערלין איז צום ערשטן מאל זינט די צווייטע וועלט קריג מער נישט געווען גאסט-געבער צו אויסערן טרופן.
פאראייניגונג שוועריקייטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מיט דייטשלאנד'ס פאראייניגונג זענען טויזנטער לאנגיעריגע צושיידטע פאמיליע'ס און פריינט צוריק פאראייניגט געווארן אבער די פאראייניגונג האט נישט געהאט נאר א גלאטע זייט, עס האט מיטגעברענגט א רייע עקאנאמישע און סאציאלע פראבלעמען מיט וועלכע דאס לאנד האט זיך שווער געקענט אן עצה געבן. די פראבלעמען האבן אריינגערעכנט: א מאנגל אין הואזינג, ארבעטסלאזיקייט, פארמערטע פארברעכן, און געוואלדטאטן פון רעכטע פליגלן קעגן די אויסלענדישע איינוואוינער וועלכע האבן געברענגט צו ריזיגע פראטעסטן. די מערב רעגירונג האט געהאט גערעכנט אויסצוגעבן אסאך געלט נאך די פאראייניגונג אבער ווען עס איז געקומען דערצו זענען די קאסטן אריבער אלע ערווארטונגן ווען אין מזרח האט מען אפילו נישט געקענט אנזען קיין רעזולטאטן. די רעגירונג האט דאן בלית ברירה געהעכערט שטייערן און פארמינערט רעגירונגס פראגראמען. אויך האט די רעגירונג פרובירט צו פארקויפן זייער אסאך פון די גאר גרויסע ביזנעסער פון מזרח דייטשלאנד וועלכע זענען געווען צו טייער אויפצוהאלטן. די פאראייניגונג האט אויך מיטגעברענגט א רייע פראבלעמען אינערהאלב די ארבעט'ס קראפט ווען הונדערטער מזרח ביזנעסער וועלכע זענען באשיצט געווארן דורך די קאמוניסטישע רעגירונג זענען יעצט געבליבן איינזאם און האבן שווער געקענט קאנקורירן מיט די מער פארגעשריטענע מערב ביזנעסער אין די זעלבע קאטעגאריעס. עס האט געדויערט יארן צו לעזן דעם פראבלעם און האט אפגעקאסט זייער אסאך געלט וועלכע די שטייער צאלער האבן צושטייער געגעבן אבער האבן גענוג דעמאנסטרירט קעגן דעם.
דאס ערגסטע פון אלעם איז געווען די אומרואיגקייט וואס די מזרח איינוואוינער האבן געברענגט ווען צענדליגער טויזנטער האבן פארלוירן זייערע דזשאבס און אסאך האבן אויך פארלוירן זייערע הייזער ווען די נייע רעגירונג האט ארומגעטוישט די מאפעס, אראפשניידנדיג טיילן וועלכע די נאציס האבן אומלעגאל קאנפיסקעטירט. געהאלטן זענען געווען פיל נידעריגער אין מזרח ווי אין מערב פאר די זעלבע דזשאבס און אויך די פענסיעס זענען געווען א שפאט קעגן מערב ארבעטער. די אלע פראבלעמען זענען ארויסגעברענגט געווארן דורך ריזיגע פראטעסטן וועלכע די מזרח איינוואוינער האבן דורכגעפירט. אין איין פאל איז די גאנצע האפן שטאט ראדסטאק כמעט געבליבן אן ארבעט נישט קענענדיג זיך פארגלייכן מיט די מערב האפן שטעט. מען קען זיך פארשטעלן וואספארא קאפ-וויי דאס האט אנגעמאכט אויף די נארוואס פארגרעסערטע רעגירונג. אין די יארן נאך דער קריג זענען צענדליגער טויזנטער אויסלענדישע אריינגעלאזט געווארן קיין דייטשלאנד צו ארבעטן דארט. די אימיגראנטן האבן נישט געקענט ווערן קיין בירגער אבער האבן אריינגעברענגט זייערע פאמיליעס מיט זיך, העכערנדיג די באפעלקערונג מיט גרויסע פראצענטן. רוב פון די ארבעט'ס אימיגראנטן זענען געקומען פון איטאליע און טערקיי. אין סך הכל זענען איבער צוויי מיליאן אזעלכע אנגעקומען אין לאנד ביז אין 990'. אין צוגאב זענען 400,000 אימיגראנטן געקומען קיין דייטשלאנד וואוינען אלס גלות זוכער, רוב דערפון זענען געווען פון יוגאסלאוויע. די אויסלענדישע זענען געווען אויפ'ן צימבל פון עקסטרעמע גרופעס און רעשט נאצי שטיצער וועלכע האבן אטאקירט די אויסלענדישע און אומגעברענגט 17 מענטשן אין 2,300 אטאקעס. די דייטשע רעגירונג האט זייער שטרענג גענומען די אטאקעס און שווער געארבעט צו צוברעכן די אומלעגאלע רינגן. די רעגירונג האט אבער אויך צוגעהערט זייער קעגענערשאפט און געשרינקן די ליבעראלע פאליסי איבער די גלות זוכער. די נייע פאליסיס האבן נישט קיין סאך געהאלפן אפשטעלן די אטאקעס וועלכע האבן אנגעהאלטן ביז טיף אין די 90'ער יארן. רוב אטאקעס זענען פארגעקומען אין מזרח דייטשלאנד וואו א פינפטל פון די באפעלקערונג וואוינט. העלמוט קאהל האט אנגעהאלטן זיין זיץ אויך אין די 94' עלעקציעס, טראץ די אלע אומרוען. קאהל האט טאקע פארלוירן אסאך זיצן אין די בונדסטאג אבער האט באוויזן איבערצוצייגן די דייטשע באפעלקערונג אז ער האט געטאן דאס בעסטע פון זיין זייט צו העלפן איבערקומען די שוועריקייטן. מיט זיין ווידער-ערוויילונג איז ער געווארן דער לענגסטער קאנצלער אין די נאך מלחמה דייטשלאנד.
עקאנאמישע איבערבוי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 997' איז דייטשלאנד'ס ארבעטסלאזיקייט ראטע געשפרינגן צו 12.2 פראצענט צוליב די עקאנאמישע שוועריקייטן, הויכע געהאלטן, און קעלטערע וועטערס וועלכע האט געשטערט די אינדוסטריאלע פאבריקן און ארבעטער. די דייטשע רעגירונג האט זיך צוזאמנגעזעצט מיט אנדערע אייראפעאישע רעגירונגן צו די אזויגערופענע "מאסטריכט טריטי" אין וועלכע מען האט דיסקוסירט דייטשלאנד'ס אדאפטירונג פון די יורא וועלכע איז דאן פארגעשטעלט געווארן אלס א נייע איינציגע וואלוטע פון די אי-יו (אייראפעאישע פאראיין). צו קענען אדאפטירן די יורא האט דייטשלאנד ערשט געמוזט זיך צושטעלן די די אי-יו'ס פארלאנגן וועלכע האט אריינגענומען א נידעריגע בודזשעט דעפיציט און אינפלאציע. קאנצלער קאהל האט דאן אנאנסירט פלענער צו שניידן דייטשלאנד'ס וועלפעיר סיסטעם מיט ביליאנען דאלארן. זיין קאנטראווערסיאלער פלאן, וועלכע האט געמיינט ווייניגער אנעמפלאוימענט און קראנקע טעג בענעפיטן, האט געברענגט באלדיגע פראטעסטן פון די מאסן און שטארקע קעגענרשאפט פון די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי.
קאהל'ס פלענער האבן זיך נישט אויסגעארבעט אפילו נאכדעם וואס ער האט געשניטן די בענעפיטן און די ארבעטסלאזיקייט איז ווייטער געשטיגן יעדע מאנאט. די דייטשע באפעלקערונג האט פארלאנגט מען זאל אפשטופן די אדאפטירונג פון די יורא ווילאנג די עקאנאמיע וועט זיך סטאביליזירן. אינדערצווישן האבן זיך אונטערגערוקט די קומענדיגע עלעקציעס וואו קאהל איז געשטאנען מיט זייער שוואכע שאנסן נאכדעם וואס די ארבעטסלאזיקייט אין מזרח דייטשלאנד איז געשטיגן צו 18.6 פראצענט און אויך זיי וועלכע זענען געווען זיינע שטיצער האבן אנגעהויבן קווענקלן איבער זיין אמט. ווען דאס לאנד איז געשטאנען הארט פאר די עלעקציעס אין 998' איז שוין די ארבעט'סלאזיקייט ראטע געשטאנען ביי 12.6 פראצענט איבער דאס לאנד און ביי 18.4 פראצענט אין מזרח דייטשלאנד. רוב אפאזיציע גרופעס האבן אפעלירט צו די באפעלקערונג צו ערזעצן קאהל אין די עלעקציעס וועלכע האט טאקע פאסירט. די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי האט געוואונען די מאיאריטעט און איר פירער גערהארד שראדער איז געווארן קאנצלער, ענדיגנדיג א 16 יעריגע קאנסערוואטיווע תקופה אונטער קאהל. הארט בעפאר די וואלן האט דייטשלאנד אפיציעל אדאפטירט די יורא וועלכע איז אריינגעקומען אין די סיסטעם צווישן די יארן פון 999' און 02'.
שראדער'ס צייטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א מאנאט נאך די איבערנעמונג פון די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי האט זיך די פארטיי פאראייניגט מיט דייטשלאנד'ס דריטע גרעסטע פארטיי, די גרינע פארטיי. די פאראייניגונג, וועלכע איז אנגערופן געווארן די רויט-גרין יוניאן, האט אריינגעברענגט די גרינע פארטיי אין די רעגירונג צום ערשטן מאל. די נייע רעגירונג'ס לעגיסלאטיווע פראגראם האט אריינגערעכנט מאסנאמען קעגן די ארבעטסלאזיקייט, רעפארמען צו פארגרינגערן די פראדעצור צו ווערן א דייטשער בירגער, און א פלאן צו פארמאכן אלע נוקלעארע פלענטס אין דייטשלאנד.
אין מערץ 1999 האט דייטשלאנד זיך באטייליגט אין נאטא'ס מיליטערישע קאמפיין קעגן יוגאסלאוויע (היינט די רעפובליק פון סערביע) אפצושטעלן זייערע אטאקעס אויף די עטנישע אלבאניער אין קאסאווא. דאס איז געווען די ערשטע מאל זינט די צווייטע וועלט קריג וואס דייטשלאנד האט זיך באטייליגט אין א מיליטערישער אפעראציע. אין דעצעמבער 1999 האבן רעפרעזענטיוון פון דער דייטשער רעגירונג און אינדוסטריעס אנאנסירט אויפצושטעלן א 5.2 ביליאן דאלארדיגער קאמפענסאציע פאנד פאר די מענטשן וועלכע האבן געארבעט ווי קנעכט אין נאצי-תקופה דייטשלאנד. די אנאנסירונג איז געקומען נאך אנגייענדיגע געשפרעכן און פארהאנדלונגען צווישן די רעפרעזענטיוון פון דער דייטשער רעגירונג, יידישע גרופעס, און די פאראייניגטע שטאטן. אינעם פלאן האבן איבער א מיליאן מענטשן געברויכט באקומען קאמפענסאציע פאר זייער ארבעט.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ די פאליטישע פארטייען אין דער וויימאר רעפובליק. Deutscher Bundestag (מערץ 2006).
אונגארן · אוקראינע · אזערביידזשאן · איטאליע · איסלאנד · אירלאנד · אלבאניע · אנדארע · ארמעניע · באסניע און הערצעגאווינע · בולגאריע · בעלארוס · בעלגיע · גרוזיע · גריכנלאנד · דייטשלאנד · דענמארק · האלאנד · וואטיקאן שטאט · טערקיי · טשעכיי · לוקסעמבורג · ליטע · ליכטנשטיין · לעטלאנד · מאלדאווע · מאלטא · מאנאקא · מאנטענעגרא · מאקעדאניע · נארוועגיע · סאן מארינא · סלאוואקיי · סלאוועניע · סערביע · עסטלאנד · עסטרייך · פארטוגאל · פוילן · פאראייניגטע קעניגרייך · פינלאנד · פראנקרייך · ציפערן · קראאטיע · רומעניע · רוסלאנד · שווייץ · שוועדן · שפאניע | |