אלבערט איינשטיין

פֿון װיקיפּעדיע
אלבערט איינשטיין
Albert Einstein
געבורט 14 מערץ 1879
אולם, Q159631, דייטשע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 18 אפריל 1955 (אלט 76)
פרינסטאן, ניו זשערסי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פעלדער פיזיק
וואוינארט דייטשלאנד, שווייץ, פאראייניגטע שטאטן
פרעמיעס און פארערונג נאבעל פריז פאר פיזיק 1921, קאפלי מעדאל
זיווג עלזא איינשטיין, מילעווא מאריטש רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
הערות ציריכער אוניווערסיטעט
הויפט ביישטייערן
ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט
אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט
פאטאצעלולארער עפעקט
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אַלבערט איינשטיין (דײַטש: Albert Einstein; י"ט אדר ה'תרל"ט - כ"ו ניסן ה'תשט"ו ; 14טן מערץ 1879 - 18טן אפריל 1955) איז געווען א אידישער פיזיקער וואס איז מערסט באקאנט פאר זיינע טעאריעס פון רעלאטיוויטעט: די ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט און די אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט. אין יאר ה'תרפ"א (1921) איז ער באלוינט געווארן מיט דער נאבעל באלוינונג פאר פיזיק. ער ווערט בארעכנט איינער פון די גרעסטע פיזיקער פון אלע צייטן.

איינשטיינס פילע ביישטייערונגען צו פיזיק שליסן איין זיין ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, וואס האט אויסגעגליכן מעכאניק מיט עלעקטראמאגנעטיזם, און זיין אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, וואס האט פארברייטערט דעם פרינציפ פון רעלאטיוויטעט צו אומאיינהייטלער באוועגונג, שאפנדיג א נייע טעאריע פון גראוויטאציע. זיינע אנדערע ביישטייערונגען זענען כולל רעלאטיוויסטישע קאזמאלאגיע, קאפילאריע טואונג, פראבלעמען פון סטאטיסטישער מעכאניק און זייער אנווענדונג צו קוואנטום טעאריע, די קוואנטום טעאריע פון א מאנאטאמישן גאז, די געאמעטראזיע פון פיזיק, און נאך.

איינשטיין איז געווען אין די פאראייניגטע שטאטן אויף א באזוך ווען היטלער האט איבערגענומען די מאכט אין דייטשלאנד אין 1933, און ער איז דערפאר נישט צוריקגעפארן קיין דייטשלאנד וואו ער איז געווען א פראפעסאר אין דער בערלינער אקאדעמיע פון וויסנשאפטן. אין 1940 איז ער געווארן אן אמעריקאנער בירגער. דעם 2טן אויגוסט 1939 האט אלבערט איינשטיין געוואנדן אין א בריוו צו רוזעוועלט אין וואס ער האט שטארק געווארענט וועגן דער מעגלעכקייט פון נאצי דייטשלאנד צו אנטוויקלען זייער קראפטיקע נוקלעארע וואפן, און ער האט רעקאמענדירט אז אמעריקע זאל אנהייבן פארשונג אין קערנפיזיק. דעם 7טן מערץ 1940 האט איינשטיין געשיקט רוזעוועלטן נאך א בריוו, כדי צו פרואוון מאכן גיכער פארוויקלעכן די אידעע.‏[1] רוזעוועלט האט אויפגעשטעלט א קאמיטעט וואס האט פינאנצירט די ערשטע פראבע פון יאדער-שפאלטונג אין קאלומביע אוניווערסיטעט אין ניו יארק. אין מיי 1942 האט מען אויפגעשטעלט דעם מאנהעטן פראיעקט וואס האט געארבעט אנטוויקלען נוקלעארע וואפן וואס זאל ברענגען א סוף צו דער מלחמה.

איינשטיין האט ארויסגעגעבן מער ווי 300 וויסנשאפטלעכע רעפעראטן. ער האט געשריבן וועגן אנדערע טעמעס, ווי סאציאליזם און אינטערנאציאנאלע באציאונגען.

ביאגראפישע נאטיצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איינשטיין איז געבוירן אין אולם, באדן-ווירטמבורג, דייטשע אימפעריע, דעם 14טן מערץ 1879, אין א יידישער פאמיליע צו זיינע עלטערן הערמאן איינשטיין און זיין ווייב פאלינא (געבוירן קוך). ווען ער איז געווען אלט זעקס וואכן האט זיין פאמיליע זיך געצויגן קיין מינכן, בייערן. נאך עטליכע יאר, אין 1895, האבן זיי זיך געצויגן קיין מילאן, איטאליע נאכדעם וואס זיין פאטער'ס באשעפטיגונג אין פראדוצירן פארשידענע עלעקטראנישע פראדוקטן האט נישט מצליח געווען.

ביי די פינעף יאר איז איינשטיין געווארן קראנק. אין הארבסט 1885 האט ער אנגעהויבן לערנען אין א קאטוילישער שולע, וואו ער איז געווען דאס איינציקסטע יידישע קינד אין זיין קלאס. אויך האט ער געלערנט צו שפילן א פֿידל. א יידישן חינוך האט ער באקומען אינדערהיים.

אין איטאליע האט ער אנטזאגט זיין דייטשע בירגערשאפט.

צו צען יאר האט אלבערט אנגעהויבן שטודירן די עלעמענטן פון אוקלידוס.

איינשטיין האט גראדואירט אין 1900 פון דער דער שווייצער פעדעראלער אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע (דער "ציריכער פאליטעקניק") מיט א דיפלאם אלס לערער פון פיזיק און מאטעמאטיק.

נישט האבנדיק קיין אנדער פרנסה האט ער געגעבן לעקציעס אין מאטעמאטיק און פיזיק.

אין 1901 האט איינשטיין באקומען שווייצער בירגערשאפט, און אין 1902 האט ער באקומען א פשוט'ן סעקרעטאר פאסטן אין דעם שווייצער פאטענט ביורא אין בערן, וואו ער האט געארבעט ביז 1908. דארט האט ער אויסגעארבעט זיינע וויסנשאפטלעכע געדאנקען אין זיין פרייער צייט. אין 1905 האט ער געענדיגט זיין דאקטאראט דיסערטאציע, ״א נייע באַשטימונג פון מאלעקול־דימענסיאנען״ (Eine neue Bestimmung der Moleküldimensionen), און אום 15טן יאנואר 1906 באקומען דעם דאקטאר פון פיזיק דיפלאם פונעם ציריכער אוניווערסיטעט. אין דעם זעלבן יאר האט ער געלאזט דריקן דריי "פאפירן", איינס וועגן "קוואנטום מעכאניק", דאס צווייטע וועגן דער "טעאריע פון רעלאטיוויטעט", און דאס דריטע וועגן "סטאטיסטישע מעכאניק". אלע דריי זענען שפעטער פאררעכנט געווארן אלס אומגעהויער חשוב אין די נושאים פון פיזיק און מאטעמאטיק. צווישן די רעזולטאטן דערמאנט אין די פאפירן איז וואס די וועלט קענט ווי די גלייכונג E=mc². לויט דער ספעציעלער טעאריע פון רעלאטיוויטעט האט איינשטיין געוויזן ווען אן אביעקט האט א גיך נאנט צו דער גיך פון ליכט, סיי זיין מאסע און סיי צייט ענדערן זיך.

צוריק אין דייטשלאנד[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1914 האט ער זיך צוריק געצויגן קיין דייטשלאנד, אבער נישט צוריק געבעטן זיין סטאטוס אלס דייטשער בירגער. ער איז געווען פון דער מינאריטעט פון פראפעסארן וואס זענען געווען אנטקעגן די דייטשע קריג אינטערעסן.

זיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט איז נישט גרינג געווארן אנגענומען, און -- איבערהויפט אין דייטשלאנד -- האבן אנטיסעמיטישע פיזיקער געפרואווט אויפצוווייזן אז זיינע אנטדעקונגען זענען גרונטלאז. זיינע ווערק און כאראקטער זענען ווילד אטאקירט געווארן -- געטריבן דורך זיין אומפאפולערע שטעלונגען אלץ פאסיפיסט און ציוניסט. ווען ער איז באלוינט געווארן אין 1921 מיט דער נאבעל באלוינונג פאר פיזיק איז דאס געווען פאר זיינע אנטדעקונגען אויף דער פאטא-עלעקטרישן ווירקונג.

קיין אמעריקע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1932 איז איינשטיין געפארן אין אמעריקע. ווען היטלער האט איבערגענומען די דייטשע רעגירונג אין 1933 איז איינשטיין דעמאלסט געווען אינעם פאראייניגטן קעניגרייך אויף א לעקציע רייזע. א יאר נאכהער האבן די נאציס צוגענומען זיינע פארמעגן, אוועקגענומען זיין שטעלע, און אנולירט זיין בירגערשאפט. עטלעכע לענדער האבן פארגעשטעלט פאר אים א שוצארט. איינשטיין האט באשלאסן צו אימיגרירן אין די פאראייניגטע שטאטן און איז אויפגענומען געווארן אין פרינצטאן אוניווערסיטעט, ניו דזשערסי, וואו ער האט זיך ווייטער באשעפטיקט אין זיינע פארשונגען. ער האט קיינמאל נישט צוריק געפארן אין דייטשלאנד.

אמעריקע, דער אטאם, און פאליטישע און רעליגיעזע מיינונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מיט'ן אויפגאנג פון נאצישער פאשיזם אין 1933 האט ער זיך געצויגן קיין אמעריקע. אין אמעריקע האט ער אפגעווארפן זיין פאציפיזם און געשטיצט די קריג קעגן דער דייטשן סכנה. אין 1939 האט ער געשיקט א בריוו צו פרעזידענט רוזוועלט, פארשלאגנדיג אז אמעריקע זאל פראדוצירן דעם אטאמישער באמבע איידער עס ווערט פראדוצירט דורך דייטשלאנד. רוזעוועלט האט אנגענומען דעם פארשלאג און אלץ רעזולטאט אוועקגעשטעלט די אונטערנעמונג אונטער'ן נאמען "דער מאנהעטען פראיעקט" וואס האט פראדוצירט די אטאמישע באמבע אין 1945. די באמבע איז אין ענדע נישט גענוצט געווארן קעגן דייטשלאנד, נאר קעגן יאפאן, און דאס האט אין ענדע געבראכט דעם צווייטן וועלט קריג צו א סוף. נאכ'ן קריג האט אבער איינשטיין שטארק געארבעט אויף נוקלעארער אנטוואפונג, פילנדיג אז דאס וועט ברענגען מער חורבנות ווי לייזן פראבלעמען.

ציוניזם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איינשטיין איז געווען א שטיצער פון דעם אלגעמיינעם ציוניסטישער אידעע, אבער ער האט געהאט אין דעם עטליכע צווייפלען. ער האט געפילט אז דער גייסט פון דער אידישער רעליגיע שטימט נישט מיט'ן אידעע פון א אידישער שטאט מיט אן ארמיי און דער געוואלד-מאכט וואס קומט מיט מיט דעם. אויך איז ער געווען אנטקעגן געוויסע פירונגען פון די ציונים כלפי דער אראבישער באפעלקערונג. טראץ דעם איז ער געווען נאנט אין פארבינדונג מיט עטליכע פון אירע פירער, און האט געהאלפן גרינדן דעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים אינאיינעם מיט חיים ווייצמאן, דער ערשטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, מיט וועמען ער איז געווענט נאנט בעפריינדעט.

בן גוריון האט אים אויך פארגעשלאגן צו ווערן פרעזידענט פון דעם נייעם מדינת ישראל, נאכדעם וואס חיים ווייצמאן איז געשטארבן, אבער ער האט זיך פון דעם אנטזאגט.

רעליגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איינשטיין האט באקומען א סעקולערע דערציאונג פון זיינע עלטערן (ער האט אפילו שטודירט צייטווייליג אין א קאטוילישער שולע). אבער לויט זיין אייגענער באשטעטיגונג האט ער געהאט שטארקע רעליגיעז-אידישע געפילן אין זיין יוגנט. שפעטער האט ער אבער געהאלטן אז דאס גלויבן אין א גאט אין דעם אור-אלטן פארשטאנד האט נישט קיין זין נאך די היינטיגע דערגרייכונגען אין פארשטיין די וועלט און אין קאסמאלאגיע. אנשטאט א גאט אין דעם אמאליגן זין האט ער געהאלטן אז די וויסנשאפלעכע באקאנטמאכונג פון דער וועלט -- וויאזוי עס פירט זיך און אירע מיליאנען פארבארגענישן -- ווייזט אויף א געוויסער געטליכקייט וואס דארף ברענגען דעם מענטש צו א טיפן באשיידנקייט דערקענענדיג זיין אנבעדויטנדער ווערט.

איינשטיין האט נישט געהאלטן פון א צענטראלן באגריף אין קוואנטן־מעכאניק, לויט וואס מען קען נישט וויסן גענוי וואס וועט פאסירן, נאר א משמעותדיקייט פאר יעדער מעגלעכקייט. איינשטיין האט שטארק געהאלטן אז מיט גענוג אינפארמאציע דארף מען קענען אלץ פאראויסזאגן.

סקולפטור פון אלבערט איינשטיין אין דעם צענטראלן סקווער פון דער ישראלישע אקאדעמיע פון וויסנשאפטן

זיין עלטער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויף דער עלטער איז ער געווען שטארק איבערגעגעבן פאר די צוועקן פון גלייכבארעכטיגונג און נוקלעארע ענטוואפונג. ער איז געווען א מיטגליד אין דעם ען.עי.עי.סי.פי. (NAACP), דער ארגאניזאציע פאראנטווארטליך פאר'ן פארשריט פון שווארצע בירגער אין אמעריקע.

זיין טויט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך זיין טויט האט מען אים פארברענט און זיין אש צעשפרייט אין פרינצטאן אוניווערסיטעט. אן די רשות פון די משפחה האט מען ארויסגענומען זיין מוח עס צו פערהאלטן און שטודירן.[2]

זיין אנדענק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אקאדעמישע געביידעס אין ישראל אויף זיין נאמען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אלבערט איינשטיין

מראה מקומות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. איינשטיין, אלבערט (‏20סטן פעברואר 1997). Albert Einstein's Letters to President Franklin D. Roosevelt (html). hypertextbook.com. Glenn Elert.
  2. ען.פי.אר., די לאנגע מאדנע וועג פון איינשטיין'ס מוח.