אלימפיאדע
פֿון װיקיפּעדיע
די אלימפיאַדע איז א ספארט פאסירונג וואס קומט אין אן אנדער שטאט יעדע פערטע יאר. אטלעטן פון איבער דער וועלט נעמען א טייל. די ארגינעלע אלימפיאדעס זענען געהאלטן געווארן אין אוראלט גריכנלאנד. די מאדערנע אלימפיאדע האט מען געהאלטן צום ערשטן מאל אין אטען אין 1896.
די ערשטע דריי אטלעטן אין יעדן ספארט באקומען מעדאלן פון גאלד, זילבער און בראנז.
די לעצטע זומער אלימפיאדע איז געווען אין בייזשינג, כינע, אין 2008. די פריערדיגע, אין 2004, זענען געווען אין אטען, גריכנלאנד. די נעקסטע וועט זיין אין 2012 אין לאנדאן, ענגלאנד.