בערלינער וואנט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
ביים בויען דעם מויער אינעם יאר ה'תשכ"ב ; 1961

דער בערלינער וואנט איז געווען א שטיינערנער מויער וועלכע איז געבויט געווארן דורך דער קאמוניסטישער מזרח דייטשלאנד רעגירונג (דייטשלאנד דעמאקראטישע רעפובליק) אפצוהאלטן אירע איינוואוינער פון אנטלויפן צו דער דעמאקראטישער מערב זייט פון דייטשלאנד. דער מויער איז געבויט געווארן אין 1961 און איז געשטאנען אונטער א שטרענגע וואך פון די פאליצייאישע קראפט וועלכע די דייטשן האבן גערופן די סטאסטי. די בערלינע וואנט איז געווען אן אנגעזעענע סימבאל פון דעם קאלטן קריג וועלכע האט זיך געקאכט שטילערהייט צווישן די יו-עס-עס-אר און די אליאירטע, אריינגערעכנט מזרח דייטשלאנד און די פאראייניגטע שטאטן און אירע פריינט.

ביי דער ענדע פון דעם צווייטן וועלט קריג אין 1945 איז די שטאט בערלין ארומגענומען געווארן מיט אקופירטע טעריטאריעס פון סאוועטישע כוחות. די אלע טעריטאריעס זענען שפעטער געווארן די אפיציעלע מזרח דייטשלאנד. די שטאט בערלין זעלבסט איז צוטיילט געווארן צו מזרח בערלין און מערב בערלין. די מערב זייט איז אקופירט געווארן דורך בריטישע, פראנצויזישע, און אמעריקאנער כוחות און איז געשטיצט געווארן דורך די פעדעראלע רעפוליק פון דייטשלאנד, באקאנט אלס מערב דייטשלאנד. צווישן די יארן פון 1949 און 1961 זענען 2.7 מיליאן מענטשן אנטלאפן פון מזרח קיין מערב כאטש די אָרטיגע רעגירונג איז אין יענע יארן געווען די מערסט פראדוקטיווע קאמוניסטישע רעגירונג אין גאנץ אייראפע. ווי אזוי אימער, האבן די מזרח איינוואוינער זיך געשפירט אביסל אונטערדרוקט ווען די מעגליכקייט צו געניסן פון די מערב וועלט מידיא איז לימיטירט געווארן און זיי האבן געהאלטן אז די מערב איינוואוינער לעבן א העכערע סטאנדארט לעבן ווי זיי. אסאך פון די מזרח איינוואוינער האבן איבערגעלאזט די מזרח זייט האפנדיג צו טרעפן בעסערע עקאנאמישע מעגליכקייטן אויף מערב.

ווען די אנטלאפענע האבן אנגעהויבן גרייכן הויכע ציפערן און עס האט אנגעהויבן עפעקטירן די ארבעט'ס קראפט האט די מזרח רעגירונג באשלאסן דאס אפצושטעלן דורך בויען א שיץ מויער. די אפעראציע איז אויסגעפירט געווארן אינמיטן די נאכט פון אויגוסט דעם 13'טן אין 961' ווען א ריזיגע מחנה פון מזרח דייטשע סאלדאטן האבן באלאגערט די גרעניצן פון מערב דייטשלאנד און אויפגעשטעלט צייטווייליגע אייזערנע צוימען מיט שטעך דראט אויף איר. די ארבעט האט זיך אנגעהויבן באלד דערנאך ווען א ריזיגע צאל קאנסטראקשן ארבייטער האבן אנגעהויבן איבערטוישן די צוים צו א ציגל וואנט וועלכע איז געשטאנען 12 פיס (28 מעטער) הויך און זיך געצויגן אויף א שטרעקע פון 103 מייל (166 קילאמעטער). 28 מייל (45 קילאמעטער) פון די וואנט איז געבויט געווארן אינמיטן די שטאט בערלין וואו די גרענעצן פון מזרח און מערב דייטשלאנד זענען צוטיילט געווארן. דארט וואו עס האבן זיך געפינען געביידעס און מען האט נישט געקענט מאכן די וואנט האט מען עס איבערגעצויגן מיט ציגל אויף די מזרח זייט און באדעקט אלע פענסטער מען זאל נישט קענען אריבערזען די אנדערע זייט. די מזרח רעגירונג האט פארקויפט אז זי האט געבויט דעם וואנט צוריקצוהאלטן מיליטערישע קאנפראנטאציעס מיט מערב דייטשלאנד. דאס איז געווען נאר אן אויסרייד אבער ווען מען איז געגאנגן נאנט צו די וואנט און געזען די פילע פארכאפונג לעכער האט מען באלד פארשטאנען אז דאס איז געמאכט צו האלטן די איינוואוינער אין שטאט.

געוויסע מענטשן איז נאך אלס געלונגען זיך אריבער צו כאפן אבער 80 פראצענט פון די פרובירער זענען אומגעקומען פון די שטרויכלונגען וואס די רעגירונג האט אונטערגעשטעלט. פאר א לאנגע צייט זענען די איינוואוינער געבליבן איינגעשפארט אויף מזרח און נישט געהאט קיין שום מעגליכקייט צו אנטלויפן צו די פרייע וועלט. צוביסלעך האט אבער קאמוניזם אין אייראפע אויסגעוועפט און דייטשלאנד'ס שכינים, ווי אונגארן און עסטרייך האבן אנגעהויבן אריינלאזן די אנטלויפער אויף זייער זייט וואו עס איז נישט געווען קיין וואנט. די מענטשן זענען דערנאך פון דארט אריין קיין מזרח אדער ארויסגעוואנדערט צו די וועלט. אין יענע צייט האט די שטרענגע זיכערהייט ארום דעם וואנט אנגעהויבן אויסוועפן ווען מזרח דייטשלאנד האט אנגעהויבן אויפציען דעמאקראטישע רעפארמען. מענטשן האבן דאן אנגעהויבן צוברעכן די וואנט און די רעגירונג האט זיי איגנארירט. אין 1990 איז דער מויער אינגאנצן באזייטיגט געווארן ווען מזרח און מערב דייטשלאנד האבן זיך צוריק פאראייניגט צו איין לאנד.

טיילן פון דעם מויער זענען פארבליבן אויף געוויסע ערטער פאר געדענקעניש. אויך איז אויפגעבויט געווארן א מוזיי לעבן דער פארנומענסטע עפענונג פון דעם מויער אין בערלין וועלכע מען האט אנגערופן "טשעקפוינט טשארלי".