פראפאגאנדע

פֿון װיקיפּעדיע

פּראָפּאַגאַנדע איז אינפארמאציע וואס איז איינזייטיק, מיטן צוועק באאיינפלוסן מענטשן אויף א געוויסער זאך. אפטמאל ווערט פראפאגאנדע געניצט אויף פאליטישע צוועקן. מיט פראפאגאנדע איז שווער צו וויסן וואס איז אמת און וואס איז שקר.

דאס ווארט פראפאגאנדע איז פון לאטיין propaganda: "וואס מען דארף פארשפרייטן". אין דער ערשטער וועלט מלחמה האט דאס ווארט באקומען זיין מאדערנע באדייטונג.

די אינקוויזיציע האט געפירט פראפאגאנדע קעגן די וואס האבן נישט געהאט די ריכטיקע גלויבונג אין דער קאטוילישער קירכע.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]