לדלג לתוכן

רעפובליק פון קאנגא

פֿון װיקיפּעדיע
רעפובליק פון קאנגא
République du Congo
פאן רעפובליק פון קאנגא
פאן רעפובליק פון קאנגא
סימבאָל רעפובליק פון קאנגא
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: דער ליד פון קאנגא
אָרט פֿון רעפובליק פון קאנגא
אָרט פֿון רעפובליק פון קאנגא
קאָנטינענט אפריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך פראנצויזיש
הויפּטשטאָט בראזאוויל
רעגירונג פרעזידענט־רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
דעניס סאסו נגעסא
גרינדונג דאַטום
15טן אויגוסט 1960 (פון פראנקרייך)
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
342,000 קוואַדראַט ק"מ
64סטע
3.3
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

4,366,266 (2012)
128סטע
12.8 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $19.096 ביליאן (131סט)
וואַלוטע צענטראלער אפריקאנער פראנק
צײַט זאָנע UTC+1
אינטערנעט דאָמען cg.
טעלעפֿאָן קאָד 242+

די רעפובליק פון קאנגא (פראַנצויזיש: République du Congo), אויך גערופן קאנגא־בראזאוויל, איז א לאנד אין צענטראלער אפריקע, מיט א קורצן בארטן אויפן אטלאנטישן אקעאן. דאס לאנד גרענעצט גאבאן אין מערב, קאמערון אין צפון־מערב, די צענטראלע אפריקאנער רעפובליק אין צפון, די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא אין מזרח און קאבינדע (אנגאלא) אין דרום; און דעם אטלאנטישן אקעאן צו דרום־מערב. דער איינציגער צוטריט צום אקעאן איז א קורצער אטלאנטישער בארטן, און דאס 9 ק"מ ברייט מויל פונעם קאנגא טייך וואס פליסט אריין אין איינגאס פון גינע.

די רעפובליק פון קאנגא האט א באפעלקערונג פון 4,043,000 (2010). איר הויפשטאט איז בראזאוויל.

מיט טויזנטער יארן צוריק האבן דארט געוואוינט די באַנטו שבטים, וועלכע האבן אוועקגעשטעלט פארגעשריטענע געזעלשאפטן וועלכע זענען געווען איינגעטיילט אין באזונדערע שבטים, און האבן זיך געלעבט פרידליך איידער די אייראפעער זענען אהין אנגעקומען.

אין יענע צייטן האט עקזיסטירט אויף דעם שטח דאס קעניגרייך פון קאנגא, וואס האט זיך אויסגעשפרייט איבער גרויסע טיילן פון די היינטיגע לענדער: אנגאלא, די דעמאקראטישע רעפובליק פון די קאנגא, און די רעפובליק פון די קאנגא. דאס קאנגא קעניגרייך איז געווען א גאר מאכטפולע דאמינירנדע קעניגרייך וואס האט געוועלטיגט אויף דעם ראיאן פאר בערך פינף - זעקס הונדערט יאר, כאטש וואס א גרויסער טייל פון דער תקופה איז עס געווען אונטערגעווארפן אונטער דער אייראפישער הערשאפט.

מיט איבער פינף הונדערט יאר צוריק, ווען די אייראפעאישע גרויסמאכטן האבן אנגעהויבן אנטדעקן לענדער אין אפריקע, זענען די פארטוגעזער אנגעקומען צום קאנגא קעניגרייך. די פארטוגעזער סוחרים האבן דארט אוועקגעשטעלט האנדל צענטערן, און צווישן אנדערע האבן זיי אנגעהויבן דעם טרויעריג בארימטן שקלאפן שאנדל, אין וועלכע זיי האבן געפאנגען שווארצע מענטשן[פֿעלט אַ מקור] און זיי געברענגט קיין אמעריקע, וואו די שקלאפן האבן געארבעט אויף די פעלדער און די פארדינסטן זענען געגאנגען פאר די אייראפעער.

אין יאר 1880 איז דער פראנצויזיש-איטאליענער פארשער פיער סאווארגנאן דע בראזא אנגעקומען צום לאנד וואס עס איז היינט די רעפובליק פון קאנגא. ער האט אוועקגעשטעלט א שטארקן האנדל צענטער, און ער האט געשאפן נאנטע באציאונגען מיט לאקאלע שבט הויפטן, און דערמיט האט ער אויסגעטראטן דעם וועג אז די פראנצויזן זאלן קענען אהין אנקומען און קאלאניזירן דאס לאנד, אויף זיין נאמען האט מען שפעטער גערופן די הויפשטאט בראזאוויל.

עס האט נישט גענומען לאנג און דער גאנצער געגנט וואס איז היינט די רעפובליק פון קאנגא, איז געווארן א פראנצויזישע קאלאניע. עס איז געווארן א טייל פון א גרעסערער פעדעראציע פון פראנצויזישע קאלאניעס אין צענטראל אפריקע, וועלכע איז גערופן געווארן "פראנצויזישע עקוואטאריעל אפריקע". די פראנצויזן האבן גענאסן פון די רייכע אוצרות אונטער דער ערד, און זיי האבן גענוצט די איינוואוינער פאר ארבעטער, איבערהויפט האט מען זיי גענוצט פאר די גומי ביימער, און מען האט פון דארט אויסגעליפערט ריזיגע קוואנטומען פון גומי.

נאכן צווייטן וועלט קריג האט זיך אנגעהויבן א באוועגונג אין אפריקע צו ווערן זעלבשטענדיג און זיך אפרייסן פון די אייראפעער מאכטן, וועלכע האבן קאנטראלירט רוב לענדער אין אפריקע. אין יאר תשי"ח (1958) האט דאס לאנד באקומען א געוויסע מאס אויטאנאמיע, ווערנדיג א טייל פון דער פראנצויזישער געמיינדע, וואס האט באדייט אז די בירגער זענען נישט גענצליך אונטערגעווארפן אונטער די קאפריזן פון דער פראנצוישער הערשאפט, נאר זיי פארמאגן געוויסע רעכטן.

צוויי יאר שפעטער, אום 15טן אויגוסט 1960 למספרם, איז די רעפובליק פון קאנגא געווארן גענצליך זעלבשטענדיג, נישט זייענדיג מער א קאנטראלירט לאנד דורך פראנקרייך. דאס פאלק איז אוודאי געווען זייער אויפגעהייטערט פון דעם גינסטיגן טויש, אבער דאס האט באלד אריינגעווארפן דאס לאנד אין כאאס. דער ערשטער פרעזידענט פון דעם ניי געגרינדעטן לאנד אז געווען א פאליטיקאנט מיט'ן נאמען פולבערט יאולאו, אבער ער האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג אויף זיין בענקל.

עס האבן זיך אנגעהויבן פאליטישע מהומות אין לאנד, אין וועלכע פארשידענע גרופעס און פארטייען האבן זיך געיאוועט צו באקומען קאנטראל אויפ'ן נייעם לאנד. געציילטע יארן נאכן ווערן זעלבסטשענדיג, או יאר תשכ"ג 1963 איז פארגעקומען א פאליטישער אויפשטאנד אין וועלכן דער פרעזידענט יאולאו איז געווארן אראפגעזעצט פון זיין אמט, און עס האט זיך אנגעהויבן א כאאטישער מצב.

טייל פון די פאליטיקאנטן וועלכע זענען געווען מאכט הונגעריג און האבן פרובירט צו פארכאפן די הערשאפט, זענען געווען קאמוניסטיש געשטימט, און נאך א לענגערן געראנגל פון עטליכע יאר איז געלונגען פאר די קאמוניסטן צו פארכאפן די הערשאפט. אין יאר תש"ל (1970) האט זיך געגרינדעט א נייע רעגירונג אין לאנד וואס איז געווען א קאמוניסטישער רעזשים, און איז געווארן געפירט דורך איין פארטיי. די פארטיי איז געווארן אנגעפירט דורך א קאמוניסט מיט'ן נאמען מאריען נעגואבי. די קאמוניסטישע רעגירונג האט אנגעהאלטן צוואנציג יאר ביז'ן צוזאמפאל פון קאמוניזם אין יאר תש"נ (1990).

דאס לאנד האט נאך געליטן פון ווייטערדיגע מהומות, אריינגערעכנט שווערע מלחמות און א ציווילער קריג וועלכער האט איבערגעלאזט דעם לאנד אין גרויס חורבן. אבער אין די פריע 2000 יארן האט זיך דער מצב עטוואס בארואיגט.

די רעפובליק פון די קאנגא ארבעט אויף א סיסטעם אין וועלכן די רעגירונג איז איינגעטיילט צווישן דעם פרעזידענט און דער פארלאמענט. דער פרעזידענט האט גאר א שטארקער כח אינעם לאנד, און ער דינט אלס דער פירער פון דעם עקזעקוטיוון צווייג ווי אויך אלס דער פירער פון דעם לאנד דער פריים מיניסטער ווערט אויפגענומען דורכ'ן פרעזידענט, און ער דינט אפיציעל אלס דער פירער פון דער רעגירונג. דער פארלאַמענט באשטייט פון דער נאציאנאלער אסעמבלי - וועלכע איז דאס נידריגע הויז פונעם פארלאמענט - און דער סענאט וועלכער איז דאס העכערע הויז פונעם פארלאמענט.

די רעגירונג אין דער רעפובליק פון קאנגא ווערט אנגעפירט דורך דער קאנגא ארבעטער פארטיי און דער פרעזידענט איז דעניס סאסאו נעגועסא, וועלכער דינט שוין אויף זיין אמט באלד דרייסיג יאר, אין דער פארגאנגענהייט האט ער שוין געדינט אלס רעגירער פון דעם לאנד פאר צוועלף יאר, אבער דאן האט מען אים אראפגעשטעלט פון אמט, און ער איז ערשט צוריקגעקומען דינען אלס פרעזידענט אין יאר תשנ'ז (1997), און זינט דאן איז ער שוין געבליבן אויף זיין אמט.

אפיציעל הערשט א דעמאקראטישער סיסטעם אין דער רעפובליק פון קאנגא, אין וועלכן דאס פאלק ערוועלט דעם פרעזידענט, און עס איז פארהאן א פארלאמענט וואס שאפט געזעצן. אבער אין פאקטישן מציאות ווערט עס געפירט ווי א דריטע-וועלט לאנד, עס זענען פארהאן ערנסטע קלאגעס אז די וואלן ווערן געפעלשט, און ווען דער פרעזידענט האט שוין נישט געקענט לויפן פאר א פרישן טערמין אין יאר 2009 למספרם, האט ער געטוישט די קאנסטיטוציע כדי צו ערמעגליכן אז ער זאל יא קענען לויפן אין פרישע וואלן - וואס ער האט פארשטייט זיך געווינען מיט א גרויסער מערהייט...

די עקאנאמיע אין לאנד איז גאר שטארק אנגעוואדן אויף אירע אויף אוצרות, וואס שאפט א גרויסע מערהייט פון דעם איינקונפט פונעם לאנד. א גרויסע טייל פון די אויל אוצרות געפונט זיך אונטער דער ערד פונעם אטלאנטישן אקעאן, פון וואו מען גראבט ארויס די אויל און מען ליפערט עס אויס איבער דער וועלט.

די פארדיסטן פון די אויל האט ערמעגליכט פאר דער רעגירונג צו אינוועסטירן געלט אין פרישע בוי פראיעקטן, און עטוואס פארבעסערן דעם צושטאנד אין לאנד, אבער דער פאקט איז די רעפובליק פון די קאנגא איז אזוי שטארק אנגעוואנדן אין אויל, ברענגט אז די עקאנאמיע זאל שטענדיג זיין אין א וואקלדיגן צושטאנד, וויבאלד דער עקאנאמישער מצב איז אנגעוואנדן לויט דעם גלאבאלן פרייז פון אויל.

אויסער די אויל, איז דאס לאנד געבענטשט מיט אסאך נאטירליכע אוצרות. קאנגא איז פול מיט ריזיגע וועלדער וואו עס וואקסן הויכע ביימער וועלכע זענען זייער פאסיג צו שניידן פאר האלץ. אזוי אויך זענען דארט פארהאן אוצרות פון מינעראלן, א שטייגער ווי קופער, גאלד און אייזן.

קאנגא האט אויך די מעגליכקייט אויפצוטרייבן אסאך ענערגע ‏ דוך הידרא-עלעקטרישע קראפט, דאס מיינט עלעקטרישע קראפט וואס ווערט אויפגעטריבן פון א וואסער שטראם, צוליב אירע פילע טייכן און וואסערפאלן.

די רעפובליק פון די קאנגא דארף אימפארטירן אסאך פון זייערע פראדוקטן, ‏ וויבאלד זייער לאנד איז זייער צוריקגעשטאנען. זיי ליפערן אריין אלע סארטן מאשינעריי. אריינגערעכנט גרויסע מאשינען וועלכע זענען געאייגנט אויסצוגראבן אויל פון זייערע אויל אוצרות.

די פעלד ארבעט אין קאנגא איז אויך היפש צוריקגעשטאנען, און זיי דארפן דעריבער אריינברענגען אסאך עסן פראדוקטן, אריינגערעכנט רייז, מעל און אנדערע פארטיגע עסנווארג. אזוי אויך ברענגט מען אריין פיש און פלייש, וויבאלד די פיש און פלייש אינדוסטריען זענען נישט גענצליך אנטוויקלט.

דאס לאנד לפערט‏ אויך אריין פארשידענע כעמיקאלן און מעדיצינען. דאס רעכנט אויך אריין כעמיקאלן וואס ווערן גענוצט פאר די פעלדער און פאר אינדוסטריעלע געברויכן.

די געאגראפיע פון דער רעפובליק פון די קאנגא קען צעטיילט ווערן אין דריי טיילם: דער ערשטער טייל איז א שמאלער ברעג ביים ים, וואו עס זענען פארהאן זאמדיגע בארטנס. דער צווייטער טייל איז מער אריין אין לאנד, וואו עס זענען פארהאן בערגיגע געגנטער און געדעכטע וועלדער, ביי דער מזרח זייט פונעם לאנד געפינט זיך דער "קאנגא באסיין", וועלכער ציט זיך אויס צווישן די צוויי "קאנגא" לענדער, און עס באשטייט פון א ריזיגן טראפישן זשונגל.

אויסער דעם איז פארהאן דער "ניארי" טאל, וואו די ערד איז פרוכטבאר און מען קען דארט פלאנצן תבואה און ירקות. דארט רעגנט אין דעם רעגנדיגן סעזאן, בעת אין אנדערע טיילן פון דעם לאנד איז היפש טרוקן. בדרך כלל רעגנט אין לאנד נאר צווישן די מאנאטן אקטאובער און מאי למספרם, און פון יוני ביז סעפטעמבער רעגנט נישט.

בראזאוויל איז די הויפטשטאט פון דער רעפובליק פון קאנגא, און עס געפינט זיך ביים דרום-מזרח טייל פונעם לאנד, ביים ברעג פונעם קאנגא טייך. דער קאנגא טייך איז איינער פון די לענגסטע טייכן אין אפריקע, און ער פֿליסט דורך צווישן די צוויי "קאנגא" לענדער. בראזאוויל איז ממש קעגנאיבער דער הויפטשטאט פונעם אנדערן "קאנגא" לאנד - "די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא", אזוי ארום אז זיי זענען גאר נאנט, זייענדיג אפגעטיילט בלויז מיט איין טייך.

דער קאנגא טייך איז גאר א וויכטיגער טייך דורכאויס אפריקע, וויבאלד עס ווערט גענוצט פאר טראנספארטאציע, סיי צו טראגן מענטשן און סיי צו טראגן סחורה, און עס ווערט גענוצט צווישן צענטראל אפריקע און דעם אטלאנטישן אקעאן. עס איז אין אלגעמיין גאנץ ווארעם דורכאויס דעם יאר, און די לופט איז פייכט. די שטאט איז דעריבער אנגעפילט מיט שיינע גרינע געוויקסן און פרעכטיגע הויכע ביימער.

די שטאט איז צום ערשט געווארן אן עקאנאמישער צענטער אין די צייטן פון די פראנצויזן, ווען עס איז אנטשטאנען אלס די הויפטשטאט פון דעם גאנצן פראנצויזישן קאלאנישן ראיאן אין אפריקע, וואס רעכנט אריין די לענדער פון טשאד, גאבא, די צענטראל אפריקאנער רעפובליק און די רעפובליק פון קאנגא. מען האט דאן אויך געבויט די "קאנגא-אקעאן באן" וועלכע האט פארבינדן די שטאט צו "פוינט נאאר", וועלכע איז די צווייט גרעסטע שטאט אין קאנגא.

בראזאוויל האט געשפילט א וויכטיגע ראלע ביים צווייטן יוועלט קריג, ווען דער פראנצויזישער גענעראל שארל דע גאאול האט גענוצט די שטאט אלס די הויפטקווארטיר פון דער פראנצויזישער רעגירונג אין גלות, נאכדעם וואס פראנקרייך איז געפאלן צו די נאציס ימ"ש. אין בראזאוויל איז פארגעקומען די היסטארישע בראזאוויל קאנפערענץ, אין וועלכער שארל דע גאאול האט דיסקוטירט מיט אנדערע הויכראנגיגע פראנצויזישע גענעראלן איבער דער צקונפט פון די פראנצויזישע קאלאניעס אין אפריקע.

בראזאוויל איז היינט צוטאג דאס פאליטישע און אדמיניסטראטיווע הארץ פון דער רעפובליק פון קאנגא. אין דער שטאט געפינען זיך אלע וויכטיגע פאליטישע געביידעס, אריינגערעכנט דער פרעזידענטליכער פאלאץ, דער פארלאמענט און די מיניסטעריומס. רוב מענטשן וועלכע ארבעטן אין קאנגא ארבעטן ביי דער רעגירונג, אזוי ארום אז בראזאוויל איז דער וויכטיגסטער עקאנאמישער צענטער.

אין בראזאוויל איז פארהאן א גרויסער שטאטס מארק וואס ווערט גערופן "פאטא-פאטא" מארק, וואו די איינוואוינער קענען איינקויפן אלע סארטן חפצים און עסנווארג, פון פרישע גרינצייג ביז קליידונג און עלעקטראנישע מאשינען. אזוי אויך אין די לעצטע יארן האט מען אויפגעשטעלט גרויסע שאפינג צענטערן אין בראזאוויל פאר טוריסטן.

ביים דרום-מערב ברעג פון דער רעפובליק פון די קאנגא, הארט נעבן דעם אטלאנטישן אקעאן, געפינט זיך די שטאטי פוינט נאאה וועלכע זיצט ביים קאוילא טייך וועלכער גיסט זיך אויס אינעם אקעאן.

די שטאט אס די צווייט גרעסטע שטאט אין דער רעפובליק פון די קאנגא, וועלכע דינט אלס איינע פון די וויכטיגסטע פארט שטעט אין צענטראל אפריקע. פארצייטנס אס עס געווען א קליין שטעטל וואו מען האט געכאפט פיש פונעם טייך אבער אונטער די פראנצויזן איז עס געווארן א וויכטיגע פארט שטאט, און ווי דערמאנט האט מען געבויט א באן וועלכע איז געלאפן פון בראזאוויל צו פוינט נאאר כדי צו קענען טראנספארטירן סחורה וואס ווערט אריינגעליפערט דורכ'ן ים.

פוינט נאאר ווערט אפט באצייכנט אלס די עקאנאמישע הויפטשטאט פון קאנגא, וויבאלד עס איז זייער א וויכטיגע שטאט, איבערהויפט ווען עס קומט צו אויל פראדוקציע. אין פוינט נאאר געפינען זיך די גרויסע ריזיגע ענערגיע פירמעס, וועלכע פירן דורך גרויסארטיגע אפעראציעס אויסצוגראבן אויל פון אונטער דעם אטלאנטישן אקעאן. אזוי אויך ארבעט מען דארט אויס די אויל צו קענען פארקויפן ווייטער.

דער פארט פון פוינט נאאר איז איינע פון די פארנומנסטע פארט שטעט אין צענטראל אפריקע, און יעדן טאג פירט מען דארט דורך ריזיגע קוואנטומען פון אויל, האלץ, גאלה קופער און אנדערע סחורה. דער פארט דינט אויך די אינערליכע אפריקאנער לענדער וועלכע פארמאגן נישט קיין ים בארטן, ווי למשל די צענטראל אפריקאנער רעפובליק און טשאד.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: רעפובליק פון קאנגא