פיזיק
פֿיזיק (פון אלטגריכיש:(φυσική (ἐπιστήμη, פיזיקע (עפיסטעמע), וויסן פון נאטור[1]) איז די וויסנשאַפֿט וואס פארנעמט זיך מיט די נאטור באנעמונגען - מאטעריאל און קראפט. געוויינטלעך, ווערט זי באשריבן מיט מאטעמאטישע פארמולעס. דער ציל פון פיזיק איז אויפקלערן וויאזוי אביעקטן באוועגן זיך אין רוים און צייט און צו פארשטיין וויאזוי דער אוניווערס פירט זיך.
אויך קען פיזיק זיין דעפינירט ווי "דער אפטייל פון וויסן וואס איז שייך צום סדר פון נאטור, אדער, אין אנדער ווערטער, צום רעגולערן נאכאנאנד פון געשעענישן".[2]
אסטראנאמיע, די עלטסטע וויסנשאפט, איז א טייל פון פיזיק. אין דער פארגאנגענהייט איז פיזיק געווען א טייל פון נאטור-פילאסאפיע, צוזאמען מיט אנדערע פעלדער פון וויסנשאפט, ווי כעמיע און ביאלאגיע. בשעת דער וויסנשאפטלעכער רעוואלוציע אין דעם 17טן יארהונדערט זענען די דאזיגע פעלדער געווארן באזונדער, און יעדע איינע איז געווארן אן אייגענער דיסציפלין.
פיזיק איז זייער וויכטיק אין דער אנטוויקלונג פון נייע טעכנאלאגיעס, ווי עראפלאנען, טעלעוויזיעס, קאמפיוטערס און יאדערישע וואפן. מעכאניק, א צווייג פון פיזיק, האט געהאלפן אנטוויקלען דאס מאטעמאטישע פעלד פון קאלקולוס.
מאדערנע פיזיק פארבינדט אידעען וועגן די פיר געזעצן פון סימעטריע מיט קאנסערוואציע פון ענערגיע, אימפעט, לאדונג, און פאריטעט.
היסטאריע פון פיזיק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אוראלטע אסטראנאמיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אסטראנאמיע איז די עלטסטע נאטור-וויסנשאפט. די שומערן און די אוראלטע עגיפטער האבן שטודירט די שטערן, מערסטנס כדי פאראויסזען געשעענישן און ווי א טייל פון זייער רעליגיע. די ערשטע בבלישע שטערן מאפעס האט מען געמאכט בערך אין יאר 1200 פאר דער רעכענונג. אז אסטראנאמישע געשעענישן זענען פעריאדיש האבן שוין די בבליים געוואוסט.[3] זייער פארשטאנד איז נישט געווען וויסנשאפטליש, אזוי ווי מען פארשטייט דאס היינט, אבער זייערע אבזערוואציעס האבן באאיינפלוסט שפעטערע אסטראנאמיע. פיל אסטראנאמיע שטאמט פון מעסאפאטאמיע, מלכות בבל, אוראלט עגיפטן און אוראלט גריכנלאנד. אסטראנאמען פון עגיפטן האבן געבויט מאנומענטן וואס האבן געוויזן ווי הימלישע קערפערס באוועגן זיך. די נעמען פון די שטערן־גרופעס אין דעם צפון האלבקיילעך שטאמען מערסטן פון גריכישע אסטראנאמען.
פיזיק אין דער מיטל־עלטערישער אייראפעאישער און איסלאמישער וועלט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קלאסישע פיזיק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פיזיק איז געווארן א באזונדערע וויסנשאפט ווען די פריער־מאדערנע אייראפעער האבן געניצט עקספערימענטאלישע און קוואנטיטאווע מעטאדן צו אנטפלעקן וואס מען רופט היינט די געזעצן פון פיזיק.[4] די הויפט אנטוויקלונגען אין דער דאזיגער תקופה שליסן איין טוישן דעם געאצענטרישן מאדעל פון דער זון-סיסטעם מיט דעם העליאצענטרישן קאפערניק מאדעל, די געזעצן פון דער באוועגונג פון פלאנעטארישע קערפערס וואס יאהאנעס קעפלער האט פעסטגעשטעלט צווישן 1609 און 1619, פיאנער-ארבעט אויף טעלעסקאפן און אבסערווירטע אסטראנאמיע דורך גאלילעא גאלילעאי אין די 16טער און 17טער יארהונדערטער, און אייזיק ניוטאנ׳ס אנטדעקונג און פאראייניקונג פון די געזעצן פון באוועגונג און אוניווערסאלע גראוויטאציע וואס טראגן היינט זיין נאמען.[5]
ניוטאן האט אויך אנטוויקלט דעם קאלקולוס,[a] די מאטעמאטישע שטודיע פון ענדערונג, וואס האט פארזארגט נייע מאטעמאטישע מעטאדן צו לייזן פראבלעמען אין פיזיק.[6]
פון דעם אנהייב פונעם 18טן יארהונדערט, איז טערמאדינאמיק אנטוויקלט געווארן דורך בויל, יאנג און אנדערע. אין 1733, האט דניאל בערנולי אוועקגעלייגט די יסודות פון סטאטיסטישער מעכאניק. אין 1798 האט טאמפסאן אילוסטרירט ווי ארבעט קען ווערן געענדערט צו היץ און אין 1847 האט דזשול פארמולירט דעם געזעץ פון קאנסערווירונג פון ענערגיע.
אין יאר 1895 האט ווילהעלם קאנראד רענטגען האט אנטפלעקט רענטגען שטראלן, וואס זענען פאקטיש עלעקטראמאגנעטישע כוואליעס מיט א הויכן פרעקווענץ. ראדיאאקטיוויטעט איז אנטפעלקט געווארן דורך אנרי בעקערעל, און איז געווארן ווייטער געפארשט דורך פיער און מארי קירי, און אנדערע. דאס האט אוועקגעשטעלט די באזיס פארן פעלד פון קערנפיזיק.
מאדערנע פיזיק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מאדערנע פיזיק האט אנגעהויבן אין דעם אנהייב 20סטן יארהונדערט מיט דער ארבעט פון מאקס פלאנק אין קוואנטן-טעאריע און אלבערט איינשטיינ׳ס טעאריע פון רעלאטיוויטעט. די ביידע טעאריעס זענען געווארן אנטוויקלט צוליב אומפונקטלעכקייטן אין קלאסישער מעכאניק אין געוויסע סיטואציעס. קלאסישע מעכאניק האט פאראויסגעזאגט אן ענדערבאר גיך פון ליכט, וואס איז א סתירה צו דער קאנסטאנטער גיך פון ליכט פאראויסגעזאגט דורך מאקסוועל׳ס גלייכונגען פון עלעקטראמאגנעטיזם; דאס איז געווארן פארראכטן דורך איינשטיינ׳ס ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, וואס פארבייט קלאסישע מעכאניק פאר קערפערס וואס באוועגן זיך גיך, און נעמט איין א קאנסטאנטע גיך פון ליכט.[7] שווארצער-קערפער שטראלונג האט פארזארגט נאך א פראבלעם פאר קלאסישער פיזיק, וואס איז געווארן פארראכטן ווען פלאנק האט פארגעשטעלט אז די אנטוועקונג פון מאטערישע אסצילאטארן איז מעגלעך נאר אין דיסקרעטע טריט פראפארציאנעל צו זייער פֿרעקווענץ; this, along with the צוזאמען מיטן פאטא-עלעקטרישן עפעקט און א קאמפלעטער טעאריע וואס האט פאראויסגעזאגט דיסקרעטע ענערגיע ניוואען פון עלעקטראן ארביטאלן, האט דאס געפירט צו דער טעאריע פון קוואנטן-מעכאניק וואס האט איבערגענומען פון קלאסישער פיזיק פאר קליינע דיסטאנצן.[8]
אפטיילונגען אין פיזיק וויסנשאפט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- קלאסישע מעכאניק
- עלעקטריע און מאגנעטיזם
- אקוסטיק
- אפטיק
- טערמאדינאמיק
- רעלאטיוויטעט
- קוואנטן-מעכאניק
- מאדערנע פיזיק
זעט ווייטער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פיזיקער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- גאלילעא גאלילעי (1564-1642)
- אלבערט איינשטיין
- ניעלס באהר
- מאקס פלאנק
- בענדזשאמין פרענקלין
- ווערנער הייזנבערג
- סטיווען האקינג
- דזשיימס קלארק מאקסוועל
- אייזיק ניוטאן
- מארי קירי
- ניקאלא טעסלא
- ריטשארד פיינמאן
- יעקב בעקנשטיין (1947-2015)
הערות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ קאלקולוס איז געווארן אנטוויקלט אומאפהענגיק בערך די זעלבע צייט דורך גאטפריד ווילהעלם לייבניץ; while Leibniz was the first to publish his work and develop much of the notation used for calculus today, Newton was the first to develop calculus and apply it to physical problems. See also Leibniz–Newton calculus controversy
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ At the start of The Feynman Lectures on Physics, Richard Feynman offers the atomic hypothesis as the single most important scientific concept, that all things are made up of atoms – little particles that move around in perpetual motion, attracting each other when they are a little distance apart, but repelling upon being squeezed into one another ..."
- ↑ Maxwell J.C. 1878. Matter and motion. Van Nostrand, p9. ISBN 0-486-66895-9
- ↑ Aaboe A. 1991. Mesopotamian mathematics, astronomy, and astrology. The Cambridge Ancient History. Volume III (2nd ed). Cambridge University Press. ISBN 978-0-521-22717-9
- ↑ Ben-Chaim 2004
- ↑ Guicciardini 1999
- ↑ Allen 1997
- ↑ O'Connor & Robertson 1996a
- ↑ O'Connor & Robertson 1996b
קוואלן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- Aaboe, A. (1991). "Mesopotamian Mathematics, Astronomy, and Astrology", The Cambridge Ancient History, 2nd, Cambridge University Press. ISBN 978-0-521-22717-9.
- Allen, D. (10טן אפריל 1997). Calculus. Texas A&M University. דערגרייכט דעם 1טן אפריל 2014.
- Ben-Chaim, M. (2004). Experimental Philosophy and the Birth of Empirical Science: Boyle, Locke and Newton. Aldershot: Ashgate Publishing. ISBN 978-0-7546-4091-2. OCLC 53887772.
- Cajori, Florian (1917). A History of Physics in Its Elementary Branches: Including the Evolution of Physical Laboratories. Macmillan.
- Cho, A. (13 July 2012). "Higgs Boson Makes Its Debut After Decades-Long Search". Science 337 (6091): 141–143. PMID 22798574. doi:10.1126/science.337.6091.141.
- Clagett, M. (1995). Ancient Egyptian Science. American Philosophical Society.
- Cohen, M.L. (2008). "Fifty Years of Condensed Matter Physics". Physical Review Letters 101 (5): 25001–25006. Bibcode:2008PhRvL.101y0001C. PMID 19113681. doi:10.1103/PhysRevLett.101.250001.
- מוסטער:Cite arXiv
- Dijksterhuis, E.J. (1986). The mechanization of the world picture: Pythagoras to Newton. Princeton, New Jersey: Princeton University Press. ISBN 978-0-691-08403-9.
- DONUT (29סטן יוני 2001). The Standard Model. Fermilab. דערגרייכט דעם 1 April 2014.
- (1963) The Feynman Lectures on Physics. ISBN 978-0-201-02116-5.
- Feynman, R.P. (1965). The Character of Physical Law. ISBN 978-0-262-56003-0.
- Godfrey-Smith, P. (2003). Theory and Reality: An Introduction to the Philosophy of Science. ISBN 978-0-226-30063-4.
- Goldstein, S. (1969). "Fluid Mechanics in the First Half of this Century". Annual Review of Fluid Mechanics 1: 1–28. Bibcode:1969AnRFM...1....1G. doi:10.1146/annurev.fl.01.010169.000245.
- (1998) Q is for Quantum: An Encyclopedia of Particle Physics. Free Press. ISBN 978-0-684-85578-3.
- Grupen, Klaus (10 July 1999). "Instrumentation in Elementary Particle Physics: VIII ICFA School". AIP Conference Proceedings 536: 3–34. Bibcode:2000AIPC..536....3G. arXiv:physics/9906063. doi:10.1063/1.1361756.
- Guicciardini, N. (1999). Reading the Principia: The Debate on Newton's Methods for Natural Philosophy from 1687 to 1736. New York: Cambridge University Press.
- Halpern, P. (2010). Collider: The Search for the World's Smallest Particles. John Wiley & Sons. ISBN 978-0-470-64391-4.
- (1996) The Nature of Space and Time. ISBN 978-0-691-05084-3.
- Holzner, S. (2006). Physics for Dummies. John Wiley & Sons. ISBN 978-0-470-61841-7. “Physics is the study of your world and the world and universe around you.”
- Honderich, T. (editor) (1995). The Oxford Companion to Philosophy, 1, Oxford: Oxford University Press, 474–476. ISBN 978-0-19-866132-0.
- (1995) Binocular Vision and Stereopsis. Oxford University Press. ISBN 978-0-19-508476-4.
- Kellert, S.H. (1993). In the Wake of Chaos: Unpredictable Order in Dynamical Systems. University of Chicago Press. ISBN 978-0-226-42976-2.
- Kerr, R.A. (16 October 2009). "Tying Up the Solar System With a Ribbon of Charged Particles". Science 326 (5951): 350–351. PMID 19833930. doi:10.1126/science.326_350a.
- Krupp, E.C. (2003). Echoes of the Ancient Skies: The Astronomy of Lost Civilizations. Dover Publications. ISBN 978-0-486-42882-6. דערגרייכט דעם 31 March 2014.
- Laplace, P.S. (1951). A Philosophical Essay on Probabilities, Translated from the 6th French edition by Truscott, F.W. and Emory, F.L., New York: Dover Publications.
- Leggett, A.J. (1999). "Superfluidity". Reviews of Modern Physics 71 (2): S318–S323. Bibcode:1999RvMPS..71..318L. doi:10.1103/RevModPhys.71.S318.
- Levy, B.G. (December 2001). "Cornell, Ketterle, and Wieman Share Nobel Prize for Bose-Einstein Condensates". Physics Today 54 (12): 14. Bibcode:2001PhT....54l..14L. doi:10.1063/1.1445529. Archived from the original on 15 May 2016. Unknown parameter
|df=
ignored (עזרה) - Lloyd, G.E.R. (1970). Early Greek Science: Thales to Aristotle. London; New York: Chatto and Windus; W. W. Norton & Company. ISBN 978-0-393-00583-7.
- Mastin, Luke (2010). Greek Mathematics - Plato. דערגרייכט דעם 29 August 2017.
- Mattis, D.C. (2006). The Theory of Magnetism Made Simple. World Scientific. ISBN 978-981-238-579-6.
- Maxwell, J.C. (1878). Matter and Motion. D. Van Nostrand. ISBN 978-0-486-66895-6.
- Moore, J.T. (2011). Chemistry For Dummies, 2, John Wiley & Sons. ISBN 978-1-118-00730-3.
- (1997) Technology for the United States Navy and Marine Corps, 2000–2035 Becoming a 21st-Century Force: Volume 9: Modeling and Simulation. Washington, DC: The National Academies Press. ISBN 978-0-309-05928-2.
- Special Relativity. University of St Andrews (February 1996a). דערגרייכט דעם 1 April 2014.
- A History of Quantum Mechanics. University of St Andrews (May 1996b). דערגרייכט דעם 1 April 2014.
- Oerter, R. (2006). The Theory of Almost Everything: The Standard Model, the Unsung Triumph of Modern Physics. Pi Press. ISBN 978-0-13-236678-6.
- (1997) The Large, the Small and the Human Mind. Cambridge University Press. ISBN 978-0-521-78572-3.
- Penrose, R. (2004). The Road to Reality. ISBN 978-0-679-45443-4.
- Rosenberg, Alex (2006). Philosophy of Science. Routledge. ISBN 978-0-415-34317-6.
- Schrödinger, E. (1983). My View of the World. Ox Bow Press. ISBN 978-0-918024-30-5.
- Schrödinger, E. (1995). The Interpretation of Quantum Mechanics. Ox Bow Press. ISBN 978-1-881987-09-3.
- Singer, C. (2008). A Short History of Science to the 19th Century. Streeter Press.
- Smith, A. Mark (2001). Alhacen's Theory of Visual Perception: A Critical Edition, with English Translation and Commentary, of the First Three Books of Alhacen's De Aspectibus, the Medieval Latin Version of Ibn al-Haytham's Kitāb al-Manāẓir, 2 vols, Transactions of the American Philosophical Society. Philadelphia: American Philosophical Society. ISBN 978-0-87169-914-5. OCLC 47168716. Books I-III (2001 — 91(4)) Vol 1 Commentary and Latin text via JSTOR; — 91(5) Vol 2 English translation, Book I:TOC pp. 339–41, Book II:TOC pp. 415–16, Book III:TOC pp. 559–60, Notes 681ff, Bibl. via JSTOR
- Stajic, Jelena; Coontz, R.; Osborne, I. (8 April 2011). "Happy 100th, Superconductivity!". Science 332 (6026): 189. Bibcode:2011Sci...332..189S. PMID 21474747. doi:10.1126/science.332.6026.189.
- (2002) A Quantum Approach to Condensed Matter Physics. Cambridge University Press. ISBN 978-0-521-77827-5.
- Thurston, H. (1994). Early Astronomy. Springer.
- (2003) Modern Physics. W. H. Freeman. ISBN 978-0-7167-4345-3.
- Toraldo Di Francia, G. (1976). The Investigation of the Physical World. ISBN 978-0-521-29925-1.
- Walsh, K.M. (1 June 2012). Plotting the Future for Computing in High-Energy and Nuclear Physics. Brookhaven National Laboratory. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 29 July 2016. דערגרייכט דעם 18 October 2012.
- (2014) Sears and Zemansky's University Physics with Modern Physics Technology Update, 13th, Pearson Education. ISBN 978-1-292-02063-1.