מעסאפאטאמיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
מעסאפאטאמיער ראיאן

מעסאפאטאמיע, (פון גריכיש: מעסאס μέσος - "צווישן"; פאטאַמאס ποταμός - "טייך") איז דער ראיאן וואס שפרייט זיך אויס צווישן די צוויי גרויסע טייכן דער פרת און דער חידקל. דער ראיאן איז דער מזרח טייל פון דער פרוכטבארער האלבער לבנה. פריער האט מען גערופן דער צפון טייל צווישן די טייכן מיטן נאמען מעסאפאטאמיע; אין תנ"ך ווערט דער ראיאן אנגערופן ארם נהריים. היינט ניצט מען דעם נאמען פארן גאנצן שטח צווישן די צוויי טייכן

געאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער נאמען מעסאפאטאמיע באדייט דעם ראיאן פון די בארגאראפן פון די זאגראס בערג און די בערג פון קורדיסטאן צו מזרח און צפון, און די מדבריות פון סיריע און דעם אראבישן האלבאינדזל אין מערב און דרום ביזן בארטן פונעם פערסישן איינגאס. היינט איז דער ראיאן מערסטנס אין איראק, און א טייל אין סיריע און איראן.

דער ראיאן צעטיילט זיך אויף צוויי: אין צפון א נידעריגער פלאטא הויך פון 200 ביז 400 מעטער. די טייכן זענען עטלעכע צענדליגע מעטער נידעריגע פונעם פלאטא. דער דרום טייל הייבט אן אין געגנט פון באגדאד איז א נידעריגער פלוין וואס נידערט זיך צום פערסישן איינגאס. די טייך־געלעגערן זענען גראד מיט דער הייך פונעם פלוין, אזוי טוען די טייכן פארפלייצן דעם ראיאן.

די צוויי הויפט טייכן אינעם ראיאן זענען דער פרת אין מערב —זיין מקור איז אין טערקיי און זיין לענג איז 2,781 ק"מ, און דער חידקל מזרח פונעם פרת—זיין מקור איז אין מזרח טערקיי און זיין לענג 1,740 ק"מ. די גרעסטע דיסטאנץ צווישן די צוויי טייכן איז 250 ק"מ, און די קלענסטע דיסטאנץ איז 10 ק"מ.

אין דרום איז פאראן א גרויסער מאנגל פון וואסער, ווייל די רעגן געבן נאר 70-300 מ"מ א יאר.

גילגאמעש עפאס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – גילגאמעש עפאס

דער גילגאמעש עפאס איז אן אוראלטע געשיכטע וועגן גילגאמעש און זיין חבר עניקדו. עניקדו איז אזא ווילדער בריה, מיט וועמען גילגאמעש מאכט א רייזע צו די צעדער בערג.