ארבעט (פיזיק)
ארבעט, אין פיזיק, איז די ענערגיע וואס ווערט אריבערגעפֿירט פון אדער צו אן אביעקט דורך דעם וואס א קראפט רוקט דעם אביעקט. ארבעט ווערט געמאסטן אין דזשולן.
צום ביישפיל, ווען א מעכאנישער קראפט ווערט געמאכט דורך א מאטאר אויף א קאר, און אלץ רעזולטאט דערפון רוקט זיך דער קאר, דאן זאגט מען אז דער קראפט האט געטון ארבעט אויפֿן קאר. אין אנדערע ווערטער הייסט דאס אז ענערגיע אין פארעם פון טערמישע ענערגיע פון דער מאטאר איז פארוואנדלט געווארן אין א פארעם פון קינעטישער ענערגיע פונעם קאר.
נאך א ביישפיל איז ווען אן עלעקטרישער קראפט איז גורם אז א ווענטילאטאר זאל זיך דרייען. אין דעם פאל ווערט עלעקטערישע ענערגיע פארוואנדלט אין קינעטישער ענערגיע.
ווען דער קראפֿט איז אין דער זעלבער ריכטונג ווי דער פֿאררוקן, קען מען רעכענען די ארבעט דורך טאפלען די אנגעווענדעטן קראפט (F) מיטן פֿאררוקן (d) פֿונעם אביעקט, אזוי: