לדלג לתוכן

נעוואדא

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון נאוועדא)
נעוואדא
פאן פון נעוואדא

סיעל פון נעוואדא

אריגינעלער נאמען Nevada
צונאמען Silver State
ראיאן מערב פאראייניגטע שטאטן
הויפטשטאט קארסאן סיטי
גרעסטע שטאט לאס וועגאס
שטח 286,380 ק״מ²
באפעלקערונג בערך 3.3 מיליאן
העכסטער פונקט באונדרי פיק

4,007 מעטער

גרעסטע אזערע טאהא אזערע
אריינגענומען 31סטן אקטאבער 1864
סדר 36סטער שטאט
קאונטיס 16 קאונטיס און קארסאן סיטי
פאסט קאד NV
ISO קאד US-NV
וועבזייטל nv.gov

נעוואדא (ענגליש: Nevada) איז א שטאט אין מערב פון די פאראייניגטע שטאטן. זי איז באקאנט אלס די זילבער שטאט צוליב איר היסטארישע מינעראל אינדוסטריע.

די הויפטשטאט איז קארסאן סיטי, און די גרעסטע שטאט איז לאס וועגאס. אנדערע גרויסע שטעט זענען הענדערסאן, נארט לאס וועגאס און רינו.

דער גאלד און זילבער בום פונעם 19טן יארהונדערט האט געשפילט א צענטראלע ראלע אין דער אנטוויקלונג פונעם ראיאן. די אנטדעקונג פון דעם קאמסטאק לאוד (Comstock Lode) האט געמאכט נעוואדא צו א וויכטיגן מינעראל צענטער.

אום 31סטן אקטאבער 1864, בעת דער אמעריקאנער בירגער קריג, איז נעוואדא געווארן דער 36סטער שטאט.

טוריזם און געמבלינג זענען הויפט טיילן פון דער עקאנאמיע, בפרט אין לאס וועגאס. אנדערע וויכטיגע געביטן זענען מינעראלן, פראדוקציע, לאָגיסטיק און טעכנאלאגיע.

דער מערסטער טייל פון נעוואדא'ס באפעלקערונג וואוינט אין דער דרום טייל פון דער שטאט ארום לאס וועגאס. דער רינו געגנט איז דער צווייטער גרויסער באפעלקערונג צענטער.[1]

רעפערענצן

  1. Nevada QuickFacts. U.S. Census Bureau.
די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע
אהאיאאייאוועאיידעהאאילינויאינדיאנעאלאבאמאאלאסקעאקלעהאמעאריזאנעארעגאןארקענסאדזשארדזשיעדעלעווערדרום דעקאטעדרום קאראליינעהאוואיוואשינגטאןוויאמינגווירדזשיניעוועסט ווירדזשיניעוויסקאנסיןווערמאנטטענעסיטעקסאסיוטאלואיזיאנאמאנטענעמאסאטשוסעטסמישיגןמינעסאטעמיסיסיפימיזורימעיןמערילאנדניו העמפשערניו זשערסיניו יארקניו מעקסיקאנעבראסקאנעוואדאפלארידעפענסילוועניעצפון דעקאטעצפון קאראליינעקאלאראדאקאליפארניעקאנעטיקעטקענזעסקענטאקיראוד איילענד