לדלג לתוכן

מקווה

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מקוואות)
א מקוה אין טירת צבי
יידן און יידישקייט
מנורה
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · גמרא
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · חברה קדישא
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם


א מקווה איז א פֿארזאמלונג פֿון וואסער וואו מען קען זיך טובל'ן.

מען קען זיך טובל'ן סיי אין א מקוה, א זאמלונג פון רעגנוואסער (מי גשמים), סיי אין א מעין, א קוואל. פראקטיש רופט מען ביידע היינט א מקוה.

אין א מי גשמים מקוה טוישט זיך נישט דאס וואסער, דעריבער שאפט דאס א פראבלעם ווי אזוי צי האלטן די מקוה ריין. כדי צו לייזן דעם פראבלעם מיט צוויי אדער מער "בורות". דאס רעגנוואסער ווערט געזאמלט אין א גרויסער ציסטערנע געגראבן אין דער ערד; דאס איז דער ערשטער בור. אבער מען טובל'ט נישט אין דעם בור נאר אין א צווייטן בור, וואס איז געמאכט ווי א גרויסער באד אדער א קליינער שווימבאד. די צוויי בורות זענען באהאפטן דורך "השקה", דאס איז א גרויסער לאך וואס באהעפט די בורות. אנדערע מאכן נישט השקה נאר זריעה, לויטן חזון איש. דעם בור טבילה פילט מען אן מיט נארמאלן וואסער און מען קען אים הייצן צו א באקוועמען טעמפעראטור.

און ס'איז דא וואס מאכן דערנעבן א "בור אצל בור" און דאס אליינס צוטיילט מען אין צוויי, וואס ווערט גערופן "בור על גבי בור".

באזונדער איז דא א העכערער בור וואס ווערט גערופן "אוצר", וואו מ'האלט דאס רעגנוואסער. און דאס איז אין פאל פון נויט, אויב עס גייט נישט קיין רעגן א שטיק צייט.

  • בײַ אלע טובל'ט זיך א פרוי (היינט צו טאג, נאר נאך דער חתונה) מיט א ברכה; מיט דעם ווערט זי ריין צו איר מאן נאך דער טומאת נדה אדער ווען זי איז געווען א יולדת.
  • אויך איינער וואס איז זיך מגייר דארף זיך טובל'ן אין א מקוה.
  • כלים (געשיר, בעשטעק, טעפ) וואס א גוי האט געמאכט אדער וואס מען קויפט פון א גוי, טובל'ט מען מיט א ברכה איידער מען ניצט זיי מיט עסן.
  • ביי ספרדים און חסידים גייען די מענער אויך אין א מקוה יעדן טאג, אדער מדין טבילת עזרא.

עס ווערט געברענגט אז מ׳זאל זיך טובל׳ן ערב יום טוב. אנדערע זענען זיך נוהג אז זיי גיין אין דער מקווה נאר ערב יום כיפור, און אויך ערב ראש השנה. דערפאר פירן זיך אסאך מענער זיך טובל׳ן אפילו די וואס גייען נישט אגאנץ יאר צו גיין.

ערב יום כיפור איז אויך א מנהג ביי טייל פרויען גייען אין דער מקווה.

מקווה איד איז דער טיטל פון איינעם וואס גיבט זיך אפ מיט די מקווה, נעמט די איינטריט געלט, רייניגט די מקוה, אויך איז איינגעפירט אז דער מקוה איד האט א שטיקל געוועלבל וואס פארקויפט תשמושי קדושה און וויין מיט בראנפן א.ד.ג.

אין א נשים מקווה הייסט די פרוי וואס גיט אכט אויף די טבילות א טיקערין.

מקוואות אין ישראל און חוץ לארץ

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין ישראל איז בויען מקוואות א רעליגיע דינסט וואס דאס לאנד דארף פארזארגן. די איינוואוינער פון א יישוב האבן א רעכט צו פאדערן מ'זאל בויען א מקווה, און היינט האט כמעט יעדער יידישער יישוב אין ישראל א מקווה. עטלעכע ארגאניזאציעס זענען טעטיק אין דעם געביט, די הויפט פון זיי איז דער "מרכז הארצי לטהרת המשפחה" (נאציאנאלער צענטער פאר טהרת המשפחה) וואס הרב אפרים זלמן היילפרין האט געגרינדעט.

אין חו"ל איינער פון די וויכטיקסטע אויפגאבעס פון יעדער יידישער קהילה איז בויען און אויסהאלטן מקוואות.