פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מיי 11
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון מוסטער:Portal:Current events/2007 מײַ 11)
- וויליאמסבורג: דער חרדישער פאטא קאמפאני בי. ענד עיטש וועט אויפבויען גיגאנטישען געביידע פאר א ווערהאוז אינעם ברוקלין נעיווי יארד פאר די ווערד פון פופציג מיליאן דאלער. (קאמערציאל נייעס)
- בני ברק: באקאנטער חרדישער ביזנעסמאן געטארפן שולדיג דורך ר' שמואל וואזנער און אין פרייען געריכט פארן אביוזן ווייב און פירן סעקס מיט זיין ארבייטער. (בח"ח)
- חרדים און אינטערנעט: רבנים אין בארא פארק פירן אסיפה קעגן אינטערנעט, ר' משה גרין ערקלערט: עסקנים זאגן מיר אז דער קאמף איז פארלוירן, אבער מיר דארפן ווייטער קעמפן. נייע קאמיטעט פון 3 רבנים; ר' משה מנחם ווייס; ר' מיכל שטיינמענץ און קאסעווער רבי, אויפגעשטעלט צו זעהן וואס מ'זאל טאן ווייטער. (אידישע וועלט)
- מצוה הבאה בעבירה: טראץ איסור פון חרדישע רבנים קעגן אינטערנעט, איז די באקאנטע היסטארישע וואלאזשאן ישיבה אפגעהאלטן פון פארלוירן ווערן צו די גוים דורך ישיבהדיגע חרדישע וועב סייט. (ישיבה וועלט)
- פעדס אינוועסטיגירן ליבעראלן פילם פראדוציררער מייקל מאור פארן טראגן קראנקע רעטונגס ארבייטער פון גראונד זעראו קיין קובא צו ווייזן פאר אמעריקע אז זייער סאציאלער העלט קעיר סיסטעם איז בעסער ווי אמעריקעס. (ניו יארק פאוסט)
- אמעריקאנער דאקטער וואס איז ארעסטירט צוליב זייענדיגע א מיטגליד אין דעם טעראר גרופע אל קעידא, טענה'ט אז זיין שווערן געטרייהייט צום טעראר צעל איז חלילה נישט געווען צו הארגענען אנדערע, נאר בלויז צו קענען נאך פרויען ווייל זיין איצטיגער אמעריקאנע ווייב וויל נישט געבוירן מער ווי 4 קינדער. (ניו יארק פאוסט)
- בראזיל: ערשטער כשר מעקדאונעלד אין חוץ לארץ. (זשעי.טי.עי.)
- כאמאס נעמט אראפ מיקי מאוז פון טעלעוויזשן וואס העצט צו טויטן אידן. (עי.פי.)
- אמעריקאנע אידן דעבאטירן אויב צו לאזן פלאטירן מדינת ישראל פאן איבער די שולען. (זשעי.טי.עי.)
- חוזרי בשאלה פון ליובאוויטשער לאגער טרעפן זיך די ווארעמער פלאץ אין חרדישען געגענט קרוין הייטס. (זשאואיש וויק)
- קעי.על.עם באשולדיגט אין העלפן נאציס. (בי.בי.סי.)
- בארא פארק: עסקנים פועלן אויס רעגירונג פראגראם פאר סיידוואק און גאדער איבערבוי. - בילדער (ברוקלין סטאר)
- וויליאמסבורג: סי.זשעי.סי אינטערווינירט צו העלפן ביי ארעסט איבער שטאטישע פארגראמן. (דער בלאט)