אפגעפארענער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון חוזרי בשאלה)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אן אפגעפארענער איז איינער וואס איז אויפגעצויגן געווארן אין א פֿרומען שטוב און האט געמאכט דעם באשלוס צו ווערן פריי פון רעליגיע, פארקערט פון א בעל תשובה. קיין פרייהייט איבערלאזן פרומקייט און זיך אפשניידן די בארד און פיאות, אדער ביי א פרוי גיין מיט אויפגעדעקטע האר און נישט־צניעותדיקע קליידער.

איינער וואס פארלאזט דעם פרומען וועג פון לעבן הייסט פריי ווייל ער ווערט פריי פון דעם עול פון אידישקייט. אבער טראץ וואס בחירה איז א אידישע באגריף, איז כמעט נישט מעגליך צו לעבן א פריי לעבן אין א אידישן געגענט ווייל בחירה עקזיסטירט באמת נישט פאר די וואס ווילן לעבן אין דער פרומער געמיינדע[פֿעלט אַ מקור]. אין זיי וועלן אויס צי גיין אין א מער מאדדערנער געגענט.

די תופעה איז א פארהעלטענמעסיגער נייער מאדערנער באגריף, ווייל אמאל איז נישט געווען אזא דערהער, אדער א איד אדער ביסטו א משומד. היינט צוטאגס אבער, שפילט רעליגיע נישט קיין ראלע פאר רוב גוים, ממילא ווערט מען פריי אויב מען וויל איבערלאזן אידישקייט.

דער אפגעפארענער ווערט אסאך מאל אוועקגשטויסן פון זיין פאמילייע, און ס'פֿאַראַן אַ שמועה אַז אין מער עקסטרעמע צופאלן זיצן די עלטערן שבעה אויף אים אזוי ווי אויף א געשטארבנעם קינד[פֿעלט אַ מקור].


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ארגאניזאציעס וואס העלפן די וואס ווילן פארלאזן די פרומע געמיינדע.