שרגא פייוויש האגער
רבי שרגא פייוויש האגער זצ"ל איז געווען דער קאסאווער רבי פון בארא פארק. נפטר געווארן כג סיוון תשפ"ד (June 29, 2024).
רבי שרגא פייוויש איז געווען דער עלטסטער זון פון רבי אברהם יהושע העשיל האגער פון קאסאוו, זון פון רבי שרגא פייוויש האגער (תר"ל-תרצ"ז) פון זעליטשיק, וואס איז געווען א זון פון רבי ברוך האגער פון וויזשניץ און אן איידעם ביי רבי משה האגער, דעם "לקט עני" פון קאסאוו.
ער איז געווען אן איידעם פון רבי חיים וואזנער, רב פון זכרון מאיר ב"ב און זון פון דעם חסידישן פוסק הדור רבי שמואל וואזנער.
ער איז געווען זייער אנגענומען ביי די אלגעמיינע חסידישע עולם אין בארא פארק, סיי די פרומערע און סיי די מאדערנע, פון איין זייט איז ער געווען גאר א גרויסער תלמיד חכם און עובד ה', אין פון די אנדערע זייט זייער פריינטליך און צוגעלאזן.
געדינט האט ער אלס דיין אין וויזשניצער קהילה אין בארא פארק און זיך ערווארבן א נאמען אלס גאר א אחריות'דיגער פוסק וואס ארבעט מיט אינגעלייט און ווייזט זיי די וועג אין עבודת ה'.
זיין רעביסטעווע איז געווען אנדערש ווי אלע אדמורי"ם ווייל ער פלעגט רעדן שמועסן און שפילן מיט יעדען קינד פונקט ווי א נארמאלער בעל הבית. אבער פון דער אנדערער זייט פלעגט ער זיך פירן ווי אן אדמו"ר, ער פלעגט פירן טישן און אויף נעמן טעגליך אידן לעצה ולברכה. ער איז געווען באקאנט אלטס א שטארקע בעל שיטה, א גאון עולם בנגלה ובנסתר, א מקובל, און פלעגט זיצן שעות פארטיפט אין לערנען.
אזוי ארום האט ער זיך אהער געשטעלט אין היינטיגען דור אלס איינער פון די גרעסטע מאכטן.
ער האט מתיר געווען דעם עירוב אין בארא פארק צוליב קבלה, און איז געווען א הויפט כוח דאס אויפצושטעלן ביז זיין רבי דער וויזשניצער רבי פון מאנסי האט אים באפוילן צו שווייגן דערוועגן.
ער האט געגעבן דעם שטופ פאראויס פאר זשעי נעט אז זיי מעגן יא לאזן דעם עולם באזוכן גוגל כאטשיג רוב רבנים האבן מורא געהאט פון אזא אפענער צוטריט, אבער ער איז געווארן אנגענומען צוליב דעם וואס די רבנים האלטן אז ער פארשטייט די מערסטע צום המון עם.
אזוי ארום פלעגט ער טוהן א געוואלד אין עסקנות צו נאכקומען די מאדערענע פארלאנגען פונעם דור וואס רוקט זיך פאראויס.
עס איז שוין ארויס געקומען כמה ספרים פון זיינע דרשות וכדומה וואס איז געווארן פאפעלער צווישן אידן הצמאים לדבר השם, צווישן זיי שבת מלכא קדישא ב"כ על שבת קודש, און צוויי בענדער אויף תפילה.