גאבאן
République Gabonaise רעפובליק גאבאנעז | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: לא קאנקארד | |||||
קאָנטינענט | אפריקע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | פראנצויזיש | ||||
הויפּטשטאָט | ליברעוויל 0°23′N 9°27′E / 0.383°N 9.450°E | ||||
רעגירונג | רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
|||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
267,667 קוואַדראַט ק"מ 76סט | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | (138סט) | ||||
וואַלוטע | צענטראל אפריקאנער פראנק | ||||
צײַט זאָנע | WAT | ||||
אינטערנעט דאָמען | ga.. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 241+ |
גאַבאָן איז אַ לאַנד אין מערב צענטראל אַפֿריקע וואס גרענעצט זיך מיט עקוואטארישער גינע, קאמערון, רעפובליק פון קאנגא און דעם איינגאס פון גינע. זײַן הױפּטשטאָט איז ליברעװיל.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס לאנד גאבאן איז שוין באוואוינט טויזנטער יארן. פארצייטנס איז עס געווען באוואוינט דורך די באנטו שבטים, וועלכע זענען געקומען פון דעם מערב טייל פון צענטראל אפריקע, און האבן זיך אויסגעשפרייט איבער אפריקע, מיטברענגענדיג זייערע געצייג און זייערע מעטאדן אין פעלד ארבעט. זיי האבן אריינגעברענגט אקער אייזנס וכדומה, און זײי האבן געפלאנצט תבואה און באנאנעס.
מיט בערך זעקס הונדערט יאר צוריק זענען שוין געווען פעסט אוועקגעשטעלטע געמיינדעס פון באזונדערע עטנישע גרופעס, וועלכע האבן אוועקגעשטעלט סאפיסטיקירטע געמיינדעס וועלכע האבן אינאיינעם געפלאנצט איף די פעלדער, געפאנגען באשעפענישן און געכאפט פיש אין ים. זיי האבן אויך געהאנדלט מיט די דערנעבנדע ראיאנען, אויסטוישנדיג אייזערנע געצייג, זאלץ, און פירות און ירקות.
אין יענע צייטן איז דער גאנצער ראיאן נישט געווען אונטער א צענטראלער פירערשאפט, נאר יעדער געגנט איז געווען צעטיילט לויט די שבטים, און יעדער שבט איז געווען איינגעטיילט אין באזונדערע געמיינדעס מיט א לאקאלן הויפט. אבער אין געוויסע ערטער זענען געווען קלענערע אויטאנאמישע קעניגרייכן וואס האבן זיך געפירט ווי א לענדל פאר זיך
קאלאניאליזאציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מיט איבער פינף הונדערט יאר צוריק האבן די צוויי פרעמדע וועלטן - אייראפע און אפריקע - זיך באגעגנט. אדער בעסער געזאגט, זיך צוזאמגעשטויסן. דער פארטוגעזישער פארשער דיעגא סאם און אנדערע פּארטוגעזער רייזנדע זענען געפארן מיט שיפן לענגאויס דעם מערב אפריקאנער ברעג, זוכנדיג וועגן װי אזוי מען קען אנקומען פון אייראפע קיין אינדיע און אזיע, װי אויך האבן זיי געזוכט ערטער וואו זיי קענען לייגן א האנט צו פארגרעסערן זייער אימפעריע.
ווען זיי זענען אנגעקומען צו דעם ראיאן וואס ווערט היינט גערופן "גאבאן", האבן זיי עס גערופן מיט דעם נאמען, צוליב דעם פארטוגעזישן ווארט "זאבאא" וואס באדייט "מאנטל". וואו קומט א מאנטל אהין? דאס איז ווייל דארט איז געווען א טייך וואס האט אויסגעזען אזוי װוי די פארעם פון א מאנטל, מיט ערמל און א היטל.
טראצדעם וואס די פארטוגעזער זענען געווען די ערשטע אייראפעער וועלכע זענען אנגעקומען קיין גאבאן, האבן זיי דארט נישט אוועקגעשטעלט קיין שטענדיגער ישוב. אבער דורך זייער אנוועזנהייט זענען אנגעקומען אהין נאך אייראפעער און עווענטועל האט זיך דארט אוועקגעשטעלט דער שקלאפן האנדל, אין וועלכן מען האט געפאנגען אפריקאנער מענטשן און זיי אפגעפירט צו די ניי אנטדעקטע אמעריקאנער טעריטאריעס, װאו זיי האבן געארבעט עבודת פרך דער שקלאפן האנדל האט אנגעהאלטן לאנגע הונדערטער יארן.
מיט אומגעפער צוויי הונדערט יאר צוריק זענען די פראנצויזן אנגעקומען קיין אפריקע, און זיי האבן אוועקגעשטעלט זײער קאנטראל איבער גאבאן. אין יאר תקצ"ט (1839) האט דער פראנצויזישער פארשער און ים פלאטע אפיציר באוע ווילאמעז אונטערגעשריבן אן אפמאך מיט א לאקאלן שבט הויפט, אין וועלכן מען האט אוועקגעשטעלט א פראנצויזישער פראטעקטאראט, דאס מיינט א באשיצט ארט אונטער דער הערשאפט פון א פרעמדער מאכט, ביים ברעג פון דעם אטלאנטישן אקעאן פון גאבאן.
די פראנצויזן האבן געהאט א שטארקע אינטערעסע אין גאבאן, וויבאלד עס געפינט זיך אויף א סטראטעגיש ארט און עס האט געהאט מיט זיך א שטארקער פאטענציאל פאר האנדל צוועקן. די פראנצויזישע קריסטליכע מיסיאנערן האבן אויך געהאט א בייזוויליגן ציל צו פארשפרייטן זייערע נארישקייטן אין דעם ווייטן אפריקע.
עס זענען דאן געווען פראנצויזישע אקטיוויסטן וועלכע האבן זיך קעגנגעשטעלט דעם גאנצן שקלאפעריי האנדל, און זיי האבן פארכאפט א פארטוגעזישע שיף וואס האט געטראגן א גאנצע מחנה מיט שקלאפן, און באפרייט די שקלאפן.
זיי האבן דאן אויפגעשטעלט א שטאט וואס האט זיך גערופן ליברעוויל, וואס באדייט "פרייע שטאט", צו באצייכענען זייער אקטיוויזם צו באקעמפן שקלאפעריי.
ליבערוויל איז מיט די יארן געווארן א וויכטיגער אדמיניסטראטיווער צענטער. און שפעטער איז ליבערוויל פארוואנדלט געווארן אלס די הויפטשטאט פון גאבאן.
אין די שפעטערדיגע יארן האבן די פראנצויזן אוועקגעשטעלט "פראנצויזישע עקוואטאריעלע אפריקע", וועלכע איז געווען א פעדעראציע פון פראנצויזישע קאלאניעס וואס האט אריינגערעכנט גאבאן טשאד; דער צענטראל אפריקאנער רעפובליק און די רעפובליק פון די קאנגא.
גאבאן איז אפיציעל געווארן א טייל פון דער פעדעראציע אין יאר תרמ"ו (1886), און ליברעוויל איז אנטשטאנען אלס איינער פון די וויכטיגסטע אדמיניסטראטיווע צענטערן פון דער פעדעראציע.
די פראנצויזן האבן גענוצט זייערע קאלאניעס רייכער צו מאכן זייער אימפעריע און אנפילן זייערע טיפע טאשן. זיי האבן ארויסגענומען פון גאבאן וויכטיגע אוצרות, אריינגערעכנט האלץ, גומי און אויל. מען האט אויסגעהאקט גאנצע וועלדער און אויסגעגראבן ריזיגע מינעס, זיך באניצנדיג מיט די לאקאלע איינוואוינער פאר צוואנגס ארבעט, אדער פאר גאר נידריג באצאלט.
דאס האט פארשטײט זיך געהאט אן אומגינסטיגע השפעה אויף דער לאקאלער באפעלקערונג, און טראצדעם וואס די פראנצויזן האבן צוגעשטעלט געוויסע באדינונגען פאר דעם פאלק, װי מעדיצינען און שולעס, איז דאס נאר געווען באגרעניצט צו די שטאטישע ערטער מיט די יארן האט זיך געשאפן א באוועגונג פון נאציאנאליזם, איבערהויפט אין דער הויפטשטאט ליבערוויל האט זיך געשאפן א גאנצע אויפוואכונג פון געלערנטע גאבאנער איינוואוינער וועלכע האבן אנגעהויבן פארלאנגען מער פאליטישע רעכטן איינער פון די פירער פון דער באוועגונג צו גרינדן גאבאן אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד איז געווען לעאן מעבא, וועלכער איז שפעטער געווארן דער ערשטער פרעזידענט פון גאבאן.
זעלבשטענדיגקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]גאבאן איז געגרינדעט געווארן אלס א זעלבטשטענדיג לאנד אין יאר תש"כ, אום 7טן אויגוסט 1960 למספרם - בערך אין דער זעלבער צייט ווען אסאך אנדערע אפריקאנישע לענדער זענען געווארן זעלבטשטענדיג און האבן זיך אפגעריסן פון די אייראפעער גרויסמאכטן. לעאן מעבא איז געווארן ערוועלט אלס דער ערשטער פרעזידענט. אין אנהייב האט גאבאן אנגעהאלטן נאנטע באציאונגען מיט פראנקרייך, און דאס פראנצויזישע מיליטער האט אנגעהאלטן אן אנוועזנהייט אין לאנד פראנצויזישע פירמעס זענען פארבליבן שטארק אקטיוו אין דער עקאנאמיע פון גאבאן.
מעבא האט רעגירט אױף גאבאן מיט א שטיפער האנט, און ער האט נישט ערלױבט קין שום אפאזיציע פארטייען. ער אס געשטארבן עטליכע יאר נאכ'ן איבערנעמען די מאכט, אין יאר תשכ"ז 1967, און אויף זיין ארט האט איבערגענומען א פאליטיקאנט מיטן נאמען אלבערט בערנארד באנגא, וועלכער האט זיך שפעטער גערופן "'אמאר באנגא", ער איז שפעטער געווארן איינער פון די לענגסט דינענדע פירערס פון אפריקע.
באנגנא רעזשים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער רעזשים פון אמאר באנגא האט אוועקגעשטעלט און פארמירט די מאדערנע פאליטיק פון גאבאן די הערשאפט פון באנגא האט אנגעהאלטן ביז זיין טױיט. ער האט געפירט זייער א שטייפער רעזשים, אבער גליכציטיג האט ער אנגעהאלטן א שטארקע שייכות מיט פראנקרייך דאס פראנצויזישע מיליטער האט געשטיצט זיין רעגירונג, און פראנקרייך האט ווייטער אינוועסטירט אין גאבאן.
אין די ארומיגע לענדער אזן אפריקע האבן זיך אפגעשפילט שווערע מהומות, יעדן צווייטן טאג איז פארגעקומען א פרישער אויפשטאנד אין די שכינות'דיגע קאנגא לענדער און אין די אנדערע ארומיגע לענדער, גאבאן אז געווען פון די איינציגסטע לענדער וואו עס זענען נישט פארגעקומען קיין ציווילע קריגן און מהומות, וויבאלד אונטער באנגא'ס פרערשאפט אז דאס לאנד געװען רעלאטיוו סטאביל, וואס אז געווען זייער זעלטן אין דעם גאנצן ראיאן.
אץץ די שפעטערדיגע יארן, וװען מען האט אנטדעקט אויל אין גאבאן, האט דאס געברענגט אז עס האט אריינגעפלאסן גאר אסאך געלט צו דער רעגירונג, און דאס האט ערמעגליכט פאר דעם באנגא רעזשים אנצוהאלטן א לאנגע תקופה, כאטש עס איז פארגעקומען פיל קארופציע דורכאויס די יארן.
אמאר באנגא האט געהערשט ביז זיין טויט אין יאר תשס"ט (2009), פאר א סך חכל פון צוויי און פערציג יאה זייענדיג איינער פון די לענגסט דינענדע הערשער אין אפריקע. נאך זיין טויט האט איבערגענומען זיין זון, אלי באנגא אנדימבא, וועלכער האט אנגעבליך געוואונען די וואלן אין לאנד.
עקאנאמיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]גאבאן האט גאנץ א קלײנע באפעלקערונג פון ווינציגער ווי דריי מיליאן מענטשן. אבער דער איינקונפט פונעם לאנד איז גאנץ הויך וועלכער איז אײינע פון די העכסטע אין יענעם געגנט אין אפריקע. די סיבה דערצו: אויל. אין די 1970'ער יארן האט מען אנטדעקט אויל רעזערוון אונטער דער ערד פון גאבאן, אוּן דאס האט גענצליך געטוישט דעם עקאנאמישן צושטאנד פון דעם לאנד.
די וויכטיגסטע אויל פעלדער פון גאבאן געפינען זיך אונטער'ן ים, וואס רעכנט אריין דעם "ראבי-קאונגא" אויל פעלה וואס אז איינס פון די גרעסטע אויל פעלדער אין אפריקע. אבער אין די לעצטע יארן האט זיך היפש פארמינערט די אויל פראדוקציע אין גאבאן, וויבאלד די אויל פעלדער ווערן שוין היפט אויסגעשעפט. די רעגירונג זוכט דעריבער צו אינוועסטירן אין פרישע אונטערנעמונגען און שאפן שותפות'ן מיט אינטערנאציאנאלע פירמעס.
גאבאן פארמאגט אױך אנדערע נאטירליכע אוצרות, אריינגערעכנט א מינעראל וואס ווערט גערופן "מאנגאנז", וואס איז אזא ברעקלדיגער זילבערנער מעטאל ועלכער װערט גענוצט אין אײזערנע זוילן וכדומה כדי צו פאלשטארקן דעם אייזן.
אגב איז מערקווירדיג אז דער מאנגאנט מאטעריאל געפינט זיך בי יעדן מענטשן זיין קערפער, און עס פארשטארקט די ביינער און העלפט ארויס אז א שניט פון װעלכן עס קומט בלוט זאל זיך פארטריקענען.
אין גאבאן געפינט זיך די מאאנדא מינע, וועלכע ווערט אנגעפירט דורך א רזיגער פראנצויזישער מינע פירמע מיט'ן נאמען עראמעט. די מאאנדא מינע איז איינע פון די גרעסטע מאנגאנעז אוצרות אין דער וועלט.
אין גאבאן גראבט מען אויך אויס אייזן, איבערהויפט אין דעם בעלינגא ראיאן, און אוראניום - וואס ווערט גענוצט פאר נוקלעארע צוועקן איבער דער וועלט. כאטש א'ן די לעצטע יארן האט די מינע אינדוסטריע אין גאבאן זיך היפש פארקלענערט, וויבאלד עס איז דא א מאנגל אין אינפראסטרוקטור.
גאבאן פארדינט אויך אסאך פון זייערע ריזיגע וועלדער, וועלכע באדעקן רוב פון דעם שטח אין גאבאן. פאקטיש איז גאבאן איינס פון די לענדער אין אפריקע מיט די מערסטע וועלדער. איינע פון די מערסט אויסגעליפערטע סחורה פון גאבאן איז די "אקאומע" האלץ, וועלכע ווערט גענוצט אין "פליי-וואוד" ברעטער איבער דער וועלט.
אין די לעצטע יארן האט גאבאן זיך דערזען מיט א פראבלעם אז גאנצע וועלדער ווערן אויסגעהאקט און עס ווערן געשאפן ליידיגע ריזיגע פוסטע שטחים, דעריבער האבן זיי אנגעהויבן אוועקשטעלן געעצן אז מען קען נישט איבעראל אויסהאקן ביימער.
עס איז מערקווירדיג אז טראצדעם וואס גאבאן פארמאגט רזעגע שטחים וואו עס איז פאסיג איינצופלאנצן פעלדער מיט תבואה, דאך איז די אגריקולטור זײיער הִינטערשטעלדיג. בלויז פינף פראצענט פון דעם איינקונפט פון גאבאן באשטייט פון פעלד ארבעט. רוב פון די עסנווארג אין גאבאן װערט אימפארטירט פון אנדערע לענדער, און דאס ברענגט אז דאס לאנד זאל זיין צו שטארק אנגעוואנדן איף אנדערע לענדער, און עס קען זיך אפט מאכן א מאנגל אין עסן.
אין די לעצטע יארן האט די רעגירונג פון גאבאן אינוועסטירט אנצובויען פעלדער מיט פראדוקציע וועלכע קענען אריינברענגען אן איינקונפט פאר דער רעגירונג, כאטש עס איז נישט אזוי נוצליך צום עסן, ווי למשל פעלדער מיט גומי ביימער פון וואס מען מאכט ראבער, קאקאו און פאלם אויל. זיי האבן אויך פרובירט איינצושטעלן מאדערנע איינריכטונגען ארויסצוהעלפן די פעלד ארבעט אין די דארפישע ערטער.
דעמאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די באפעלקערונג פון גאבאן איז באלד 1.5 מיליאן (1,442,334). כמעט אלע גאבאנעזע שטאמען פון די באנטו.
לענדער און טעריטאריעס אין אפריקע | ||
---|---|---|
מערב אפריקע | בארטן פון העלפאנדביין · בורקינע פאסא · בענין · די גאמביע · גהאנע · גינע · גינע-ביסאו · טאגא · ליבעריע · מאלי · ניזשער · ניגעריע · סיערע לעאנע · סענעגאל · קאפווערדישע אינזלען | |
צפון אפריקע | ||
צענטראל-אפריקע | ||
מזרח אפריקע | ||
דרומדיקע אפריקע | באצוואנע · דרום אפריקע · זאמביע · זימבאבווע · לעסאטא · נאמיביע · סוואזילאנד |