פאריז
|
פּאַריז (פראַנצויזיש: Paris פּאַרי) איז די הויפּטשטאָט פון פראַנקרײַך. זי איז די גרעסטע שטאָט אין אייראָפּע נאָך לאָנדאָן, און די 20סטע אין באַציאונג איבער דער גאָרער וועלט. די שטאָט פּאַריז, צווישן אירע אַלטע גרענעצן פון 1860, האַלט אַ שטח פון 105 קוואַדראַט ק"מ און אַ געשאַצטע באַפעלקערונג פון 2,193,031 (יאַנואַר 2007). דער סיין טײַך פליסט אַדורך דעם עלטסטן טייל פון פּאַריז. אַרום פּאַריז געפינען זיך אַ סך וועלדער.
פּאַריז איז געגרינדעט געוואָרן אינעם 3טן יאָרהונדערט פאַר דער ציווילער רעכענונג דורך אַ קעלטישן פאָלק, די פּאַריזיאי, פון וועמען די שטאָט האָט גענומען איר נאָמען. אינעם 12טן יאָרהונדערט איז פּאַריז געווען די גרעסטע שטאָט אין דער מערב־וועלט, אַ בליענדיקער האַנדל־צענטער, און דער היים פונעם אוניווערסיטעט פון פּאַריז, איינער פון די ערשטע אוניווערסיטעטן אין אייראָפּע. אינעם 18טן יאָרהונדערט, איז פּאַריז געווען די הויפּט אָרט פון דער פראַנצויזישער רעוואָלוציע, און זינט דעמאָלסט איז פּאַריז אַ וויכטיקער צענטער פון פינאַנץ, האַנדל, מאָדע, וויסנשאַפט און די קונסטן, ווי אויך דער צענטער פון פּאָליטיק און פארקער.
דער פּאַריזער ראַיאָן האָט אַ ברוטאָ אינלענדישער פּראָדוקט פון €612 ביליאָן (גיליטיק 2012), וואָס איז מער ווי 30 פּראָצענט פונעם ברוטאָ אינלענדישן פּראָדוקט פון גאַנץ פראַנקרײַך, און אַזוי אַרום ווערט ראַנגירט פון די פינף רײַכסטע ראַיאָנען פון אייראָפּע. פּאַריז איז דער באַנקירן און פינאַנץ צענטער פון פראַנקרײַך, און דאָרט געפינען זיך די הויפּטקוואַרטירן פון 30 פירמעס אינעם פארטון גלאָבאַל 500.
אין פּאַריז געפינט זיך דער מערסט־באַזוכטער קונסט מוזיי אין דער וועלט, די לואוורע, ווי אויך אַנדערע מוזייען. ארכיטעקטורישע אָנדענקפּונקטן אין פּאַריז שליסן אײַן דעם נאָטרעדאַם דע פּאַריז קאַטעדראַל און דעם אײַפל טורעם. אין 2014 האָבן 22.4 מיליאָן טוריסטן באַזוכט פּאַריז, די שפּיץ פון אַלע טוריסטן צילן. פּאַריז איז אויך באַקאַנט פאַר מאָדע און רעסטאָראַנען. רוב פון די הויפּט אוניווערסיטעטן אין פראַנקרייך געפינען זיך אין פּאַריז, ווי אויך די צײַטונגען לע מאנד, לע פיגארא און ליבעראשיאן.
פּאַריז איז אַ וויכטיקער באַן, שאָסיי און לופט־טראַנספּאָרט קנופּ, באַדינט דורך די צוויי אינטערנאַציאָנאַלע פליפעלדער פּאַריז-שאַרל דע גאָל און פּאַריז-אָרלי. דער פּאַריזער מעטראָ, וואָס האָט זיך געעפנט אין 1900, האָט אַ לענג פון 200 ק"מ און באַדינט 9 מיליאָן פּאַסאַזשירן טאָג טעגלעך. פּאַריז איז דער קנופּ פונעם נאַציאָנאַלן שאָסיי נעצווערק, און איז אַרומגענומען מיט דרײַ אַרום־שאָסייען.
דער הײַנטיקער בירגערמײַסטער פון פּאַריז איז אַן הידאַלגאָ, געוויילט צום אַמט דעם 5טן אַפּריל 2014. זי איז די ערשטע פרוי צו זײַן בירגערמײַסטער פון פּאַריז.
היסטאָריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עטימאָלאָגיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער נאָמען "פּאַריז" שטאַמט פון די אַמאָליגע אײַנוואוינער, דער קעלטישער שבט די פּאַריזיאי.
פּאַריז ווערט אָפט גערופן "די ליכטיקע שטאָט" (La Ville Lumière), סײַ צוליב איר פירנדע ראָלע ווערנט דער אויפקלערונג, סײַ ווײַל פּאַריז איז געווען פון די ערשטע אייראָפּײאישע שטעט וואָס האָבן אַרײַנגעשטעלט גאַזענע גאַס באַלײַכטונג. אין די 1860ער יאָרן זענען די בולעוואַרן און גאַסן פון פּאַריז געוואָרן באַלײַכטעט מיט 56,000 גאַז לאָמפּן.
די אײַנוואוינער פון פּאַריז רופט מען "פּאַריזער" (אויף פראַנצויזיש Parisiens).
מיטל־אַלטער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]במשך דער הונדערט-יעריגער מלחמה, האָט ענגלאַנד געהערשט איבער פּאַריז פון 1420 ביז 1437.
אין 1789 האָט זיך די פראַנצויזישע רעוואָלוציע אָנגעהויבן אין פּאַריז. פּאַריז איז געווען די הויפּטשטאָט פון דער פראַנצויזישער אימפּעריע וואָס נאַפּאָלעאָן האָט אויפגעשטעלט אין 1804. אין יאָר 1814 האָט רוסלאַנד באַזיגט פּאַריז .
מאָדערנע תקופה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1871 האט פּרײַסן אײַנגענומען פּאַריז.
ביז 1901 איז די באַפעלקערונג פון פּאַריז געוואָקסן צו 2,715,000. אַ סך קינסטלער האָבן זיך באַזעצט אין פּאַריז, צווישן זיי פּיקאַסאָ און מאטיס. פּאַריז איז געווען דער געבורטאָרט פון פאוויזם, קוביזם און אַבסטראַקטע קונסט.
בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, איז פּאַריז געווען א שטיק צײַט דער פראָנט. צווישן 600 און א טויזנט פּאַריזער טאַקסיס האָבן געשפּילט אַ ראָלע אין דער מלחמה ווען זיי האָבן געפירט 6,000 זעלנער צום פראָנט בײַם ערשטן קאַמף פונעם מאַרן. די שטאָט פּאַריז איז באָמבאַרדירט געוואָרן דורך צעפעלינען. אין די יאָרן נאָך דער מלחמה האָט פּאַריז געצויגן שרײַבער, מוזיקאַנטן און קינסטלער פון אַרום דער וועלט, צווישן זיי ערנעסט העמינגוויי, איגאָר סטראווינסקי, זשאסעפין בייקער און דער מאָלער סאַלוואַדאָר דאלי.
זינט איר באַפרײַאונג פון נאַצישער דײַטשלאַנד אין 1944 דורך די אַליאירטע קראַפטן איז פּאַריז געבליבן די פרײַע הויפּטשטאָט פון פראַנקרײַך.
דעם 25סטן מערץ 1977 איז זשאַק שיראק געוואָרן דער ערשטער געוויילטער בירגערמײַסטער פון פּאַריז זינט 1789.
דעם 13טן נאָוועמבער 2015 זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין פּאַריז מער ווי 120 מענטשן אין א ריי טעראָר־אַטאַקעס.
געאָגראַפֿיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פּאַריז געפינט זיך אין צפון־צענטראַל פראַנקרײַך, 450 ק״מ דרום־מזרח פון לאָנדאָן, 287 ק״מ דרום פון קאלע, 306 ק״מ דרום־מערב פון בריסל, 774 ק״מ צפון פון מאַרסיי, 385 ק״מ צפון־מערב פון נאנט און 135 ק״מ צפון־מזרח פון רוען. פּאַריז ליגט אויפן סיין טײַך און שליסט אײַן אין זיך צוויי אינזלען.
אין דעם שטח פון דער שטאָט געפינען זיך עטלעכע בערגלעך, וואָס דאָס העכסטע פון זיי איז מאָנמארטרע, הויך 129 מעטער.
פּאַריז האָט אַ שטח פון 105.4 קוואַדראַט ק״מ. אין פאַרגלײַך איז ירושלים גרויס 125 קוואַדראַט ק״מ, ניו יאָרק 786 קוואַדראַט ק״מ, און גרויסלאָנדאָן 1587 קוואַדראַט ק״מ. דער גרעסטער דיסטאַנץ פון מזרח ביז מערב איז 18 ק״מ.
עקאָנאָמיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער פּאַריזער ראַיאָן איז פראַנקרִײַכס פּרעמיערער צענטער פון עקאָנאָמישער טעטיקײַט, מיט אַ ברוטאָ אינלענדישן פּראָדוקט אין 2012 פון €624 ביליאָן (US$687 ביליאָן). באַפעלקערונג האָט פּאַריז 18.8% פון גאַנץ מעטראליטאנעם פראַנקרײַך, אָבער ברוטאָ אינלענדישן פּראָדוקט האָט פּאַריז 30% פונעם גאַנצן לאַנד.
פּאַריז איז די צווייטע טײַערסטע שטאָט אין דער וועלט. די אַנדערע טײַערסטע שטעט אין אייראָפּע זענען אָסלאָ, ציריך, גענף און קאָפּנהאַגען.
באַשעפֿטיקונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויטן צענזוס פון 2011, איז 59.0 פּראָצענט פון דער אַרבעטסקראַפט אינעם פּאַריזער מעטראָפּאָליטאַנער שטח אין האַנדל, טראַנספּאָרטאַציע און מאַרק דינסטן; 26.8 פּראָצענט האָבן געאַרבעט אין בילדונג און אַנדערע קהלישע דינסטן; 8.6 פּראָצענט האָבן געאַרבעט אין פאַבריקאַציע, מינעריי און עפנטלעכע נוציקײַטן; 5.3 פּראָצענט האָבן געאַרבעט אין קאָנסטרוקציע; און 0.3 פּראָצענט האָבן געאַרבעט אין לאַנדווירטשאַפט.
אײנקונפֿטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער דורכשניטלעכער נעטאָ הויזגעזינד־אײַנקונפט (נאָך בײַשטײַערונגען פאַר געזונט און פּענסיע) אין פּאַריז איז געווען €36,085 אין 2011. ער האָט געגרייכט פון €22,095 אינעם 19טן אראנדיסמאנט צו €82,449 אינעם 7טן אראנדיסמאנט.
טוריזם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין פּאַריז געפינען זיך אַ סך אָנקוק־ערטער וואָס אינטערעסירן טוריסטן. אַ טייל פון זיי זענען:
- דער אײַפל טורעם איז דער באַרימסטער אָרט אין פּאַריז, געבויט אין 1889 דורך גוסטאַוו אײַפל מיט 6,300 טאָן אײַזן — דאָס הייסט מיט 18,000 שטיקער אײַזן און 2.5 מיליאָן ניטעס. מיט אַ הייך פון 300 מעטער, איז ער געווען אַ לענגערע צײַט דער העכסטער טורעם אין דער גאָרער וועלט. מער ווי 6 מיליאָן מענטשן באַזוכן אים יערליך.
- די לואוורע איז אַ מוזיי מיט באַרימטע אַלטע קונסטווערק, ווי למשל די מאָנאַ ליסע און דער ווענוס דע מילא. די געביידע האָט מען געבויט אַלס וואוינונג אָרט פאַר די מלכים פון פראַנקרײַך. די לואוורע איז דער דריטער גרעסטער מוזיי אין דער וועלט, מיט 60,000 קוואַדראַט מעטער פון ווײַז־אָרט.[1] ער איז דער מערסט באַזוכטער קונסט־מוזיי אין דער וועלט וואָס העכער 5 מיליאָן מענטשן באַזוכן אים יעדע יאָר.
- דער מוזיי ד'ארסע וואָס איז אַמאָל געווען אַ באַן סטאַנציע איז הײַנט אַ קונסט־מוזיי. די קונסט אין מוזיי ד'ארסע איז פון די יאָרן 1848 ביז 1915. דאָס איז נײַער ווי די קונסט אין דער לואוורע.
- דער מולען רוזש איז אַ קאבארע וואָס האָט זיך געעפנט אין 1889. און געפינט זיך אין מאנמארטרע.
- די שאמפס-עליזע איז אפשר די מערסט באַרימטע גאַס אין פּאַריז, און פון די מערסט בארימטע אין דער וועלט. זי איז פול מיט ערטער וואו אײַנצוקויפן און עסן. בײַ איין עק פון דער שאמפס־עליזע געפינט זיך דער ארק דע טריאמף.
- דער נאָטרעדאַם דע פּאַריז איז אַ הויפּט גאָטישער קאַטעדראַל, און געפינט זיך אין "איל דע לא סיטע".
האָטעלן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 2013 זענען געווען אין פּאַריז 1570 האָטעלן מיט 70,034 צימערן. 55 פון די האָטעלן זענען אויפן ראַנג פון פינף שטערן.
טראַנספּאָרט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער פּאַריזער מעטראָ סיסטעם איז געבויט געוואָרן אין 1900 דורך ענזשעניר פולזשאנס ביענוועניו און אַרכיטעקט העקטאָר גימאנד. דער מעטראָ ציט זיך 215 ק״מ מיט 300 סטאַנציעס[2] און 16 ליניעס. דער מעטראָ באַדינט מער ווי 6 מיליאָן באַוואוינער און טוריסטן יעדן טאָג. יעדע געביידע אין פּאַריז געפינט זיך נישט מער ווי 500 מעטער פון אַ מעטראָ סטאַנציע.
בילדונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פּאַריז איז דער מערסט געבילדעטער דעפּאַרטמענט אין גאַנץ פראַנקרײַך. בערך 40 פּראָצענט פון דער באַפעלקערונג האָט אַ דיפּלאָם. אינעם 12טן יאָרהונדערט איז געגרינדעט געוואָרן דער אוניווערסיטעט פון פּאַריז, באַקאַנט ווי דער סאָרבאָן. אין 1970 האט מען אים צעטיילט אין 13 אויטאָנאָמישע אוניווערסיטעטן.
קולטור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פּאַריז איז א קולטורעלער צענטער פונעם ערשטן ראַנג, מיט מער ווי 210 מוזייען, און אויך אַ הויפּט צענטער פון מאָדע.
ביבליאָטעקן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פּאַריז פאַרמאָגט אַ סך עפנטלעכע ביבליאָטעקן. די מאזארין ביבליאָטעק אין פּאַריז, וואָס האָט זיך געעפנט אין 1643, איז די עלטסטע עפנטלעכע ביבליאָטעק אין גאַנץ פראַנקרײַך.
באַקאַנטע זינגער פון פּאַריז
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פײַערטעג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער גרעסטער פײַערטאָג אין פּאַריז איז באסטיל טאג, דעם 14טן יולי, ווען די אַרמיי פירט אַ פּאַראַד אויף די שאמפס עליזע.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ דער מעטראפאליטאנער מוזיי פון קונסט אין ניו יארק, און דער הערמיטאזש מוזיי אין פעטערבורג זענען גרעסער.
- ↑ Statistiques Syndicat des transports d'Île-de-France rapport 2005 (pdf) (פראנצויזיש). דערגרייכט דעם 19טן אויגוסט 2011.
אטען, גריכנלאנד · אמסטערדאם, האָלאַנד · בודאפעשט, אונגאַרן · בוקארעשט, רומעניע · בערלין, דייטשלאנד · בריסל, בעלגיע · דובלין, אירלאנד · העלסינקי, פינלאנד · וואלעטא, מאלטא · ווארשע, פּוילן · ווילנע, ליטע · ווין, עסטרייך · זאגרעב, קראאטיע · טאלין, עסטלאַנד · לוקסעמבורג, לוקסעמבורג · ליובליאנא, סלאָװעניע · ליסבאן, פארטוגאל · מאדריד, שפּאַניע · ניקאסיע, ציפּערן · סאפיע, בולגאריע · פאריז, פראַנקרײך · פראג, טשעכיי · פרעשבורג, סלאוואקיי · רוים, איטאַליע · ריגע, לעטלאַנד · קאפנהאגן, דענמאַרק · שטאקהאלם, שוועדן
|