אן הידאלגא

פֿון װיקיפּעדיע

אַן הידאַלגא (געבוירן דעם 19טן יוני 1959) איז א שפאניש־פראנצויזיש פאליטיקער וואס איז היינט בירגערמייסטער פון פאריז. זי איז די ערשטע פרוי אין דעם אמט, צו וואס זי איז געוויילט געווארן אין די וואלן אין מערץ 2014. זי איז א מיטגליד אין דער סאציאליסטישער פארטיי. 

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אן הידאלגא 2006

הידאלגא איז געבוירן געווארן אין סאן פערנאנדא, לעבן קאדיז, אין אנדאלוסיא, שפאניע. ביי די פערצן יאר איז זי געווארן א פראנצויזישער בירגער.