לדלג לתוכן

אויפקלערונג

פֿון װיקיפּעדיע

אויפֿקלערונג מיינט אין טאָג-טעגלעכער שפּראַך דער פאַרלאַנג צו עלימינירן צעמישונג מיט אנשאפן פון נייַע וויסן צו ענטפֿערן שאלות. די תקופה פון אויפקלערונ איז געווען א קולטורעלע באוועגונג אין אייראפע אינעם 18טן יארהונדערט. די באוועגונג האט אנגעהויבן אין פראנקרייך דורך די פילאסאפן דעקארט און דעניס דידערא. די שיטה פון אויפקלערונג איז געווען אז יעדער איינער קען אלץ אויסטראכטן פאר זיך, דעריבער דארף ער נישט גלייבן וואס די רעגירונג זאגט אדער וואס רעליגיע לערנט אויס מענטשן. אין אנדערע לענדער זענען געווען אימאנועל קאנט אין דייטשלאנד, דייוויד היום און אדם סמיט אין סקאטלאנד, און טאמעס זשעפערסאן אין אמעריקע.

אלס רעזולטאט פון דער אויפקלערונג איז געקומען די פראנצויזישע רעוואלוציע אין 1789. אין אנדערע לענדער, למשל רוסלאנד, פרייסן און שוועדן האבן די מלכים אויסגעניצט די אויפקלערונג צו האלטן די מלוכה ביי זיך. די באגריפן פון קאפיטאליזם און סאציאליזם זענען ארויסגעקומען פון דער אויפקלערונג.

די נאכפאלג באוועגונג איז געווען ראמאנטיציזם אינעם 19טן יארהונדערט, דורך וויקטאר הוגא און טשארלס דארווין.