טעראריסטישע אטאקן אין פאריז, נאוועמבער 2015
אָוונט דעם 13טן נאָוועמבער 2015 זיינען פאָרגעקומען אַ ריי טעראָר־אַטאַקן אין פּאַריז דורכגעפירט פון איסלאַמישע עקסטרעמיסטן. דריי אויפרייסן און זעקס שיסערייען האָבן אַוועקגענומען די לעבן פון 129 קרבנות און נאָך 359 מענטשן זיינען פאַרוואונדעט געוואָרן, צווישן זיי 99 זיינען נאָך אין קריטישן מצב.
די אחריות פאַר די אַטאַקן האָט אָנגענומען דער איסלאַמישער שטאַט (ISIS). לויט דער דערקלערונג פון פאַרטרעטער פון דער טעראָריסטישער אָרגאַניזאַציע, דאָס איז געווען אַ נקמה פאַר פראַנקרייכס פאַרנעמען זיך אין אַנטי־איסלאַמיסטישע מיליטערישע אָפּעראַציעס.
די אַטאַקן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס זיינען דורכגעפירט געוואָרן זיבן טעראָר אַטענטאַטן אין פאַרשיידענע ערטער אין פּאַריז. די אויפרייסן זיינען געווען לעבן דעם סטאַדיאָן Stade de France קורץ נאָך דעם, אַלס עס האָט זיך דאָרטן אָנגעהייבן אַ פוטבאָל מאַטש צווישן פראַנקרייך און דייטשלאַנד, בשעת די שיסערייען זענען פאָרגעקומען אַרום Rue Alibert, Rue de la Fontaine-au-Roi, Rue de Charonne, Boulevard Beaumarchais און אין Bataclan theatre אויף Boulevard Voltaire Avenue de la République. אין דעם טעאַטער האָבן פיר טעראָריסטן גענומען אַרום 100 ערבניקעס: אַ סך, ווען ניט כמעט אַלע פון זיי זיינען אומגעבראַכט געוואָרן.
די טעראָריסטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די גענויע צאָל פון די טעראָריסטן איז ניט באַוואוסט, אָבער אַכט פון זיי זיינען דערהרגעט געוואָרן. זיבן פון זיי האָבן זיך אונטערגעריסן און נאָך איינער איז דערהרגעט געוואָרן דורך פּאָליציי. אויף די קערפּער פון צוויי טעראָריסטן האָט מען געפונען פּאַספּאָרטן פון עגיפּטן און סיריע. וועגן דריי אַנדערע ווייס מען אַז זיי זיינען געקומען פון בריסל און נאָך איינער איז געווען אַ פראַנצייזישער בירגער.
וועב־לינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- Самый кровавый теракт в истории Франции: около 130 погибших в Париже, www.newsru.co.il
- Paris attacks: Hollande blames Islamic State for 'act of war', BBC News
- Gunmen kill more than 120 in wave of attacks across Paris, Yahoo! News
- Attentats de Paris : Retour sur les 3 explosions kamikazes du Stade de France, FRANCE 24