לדלג לתוכן

טשילע

פֿון װיקיפּעדיע
רעפובליק פון טשילע
República de Chile
פאן טשילע
פאן טשילע
סימבאָל טשילע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: נאציאנאלער הימען פון טשילע
אָרט פֿון טשילע
אָרט פֿון טשילע
קאָנטינענט דרום אמעריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך שפאניש
הויפּטשטאָט סאנטיאגא
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
סעוואסטיאן פיניערא
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
756,950 קוואַדראַט ק"מ
38סטע
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט



מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע (43סט)
וואַלוטע
צײַט זאָנע
אינטערנעט דאָמען .
טעלעפֿאָן קאָד +

טשילע (שפּאַניש: Chile), אפיציעל די רעפובליק פון טשילע (שפּאַניש: República de Chile), איז אַ לאַנד אין דער מערב זייט פון דרום אַמעריקע. איר הױפּטשטאָט איז סאַנטיאַגאָ. זי באדעקט א לאנגן שמאלן שטח צווישן די אנדן אין מזרח און דעם פאציפישן אקעאן אין מערב. זי גרענעצט פערו צו צפון, באליוויע צו צפון־מזרח און ארגענטינע אין מזרח. די פאציפישע בארטן־ליניע איז לאנג 6,435 ק"מ.

דער צענטער טייל פון טשילע האט צוויי גרויסע שטעט, סאנטיאגא און וואלפארייסא, און האט א מיטלענדישן קלימאט, מיט דורכשניט טעמפעראטורן פון 28°C אין יאנואר און 11°C אין יולי.

טשילע"ס צפון מדבר אנטהאלט גרויסע מינעראל-פארמעגן, בעיקר קופער. דרום טשילע איז רייך אין וועלדער און האט א קייט פון וואולקאנען און אזערעס. דער דרום בארטן שליסט איין א סך קאנאלן, האלבאינזלען און אינזלען.

דעם 22סטן אפריל 2015 האט זיך אויפגעריסן דער קאלבוקא וואולקאן.

די באפעלקערונג פון טשילע איז 16.9 מיליאן (2009); פון זיי וואוינען 10 מיליאן אין צענטער טייל פון לאנד. א גרויסער טייל פון דער באפעלקערונג קומט פון איטאלינעשער און שפאנישער אפשטאמונג. 63% זענען קאטאליקן, 10% פראטעסטאנטן, און א קליינער טייל זענען יידן.

גאנץ דרום טשילע ווערט גערעכנט א טייל פון פאטאגאניע.

לאנדווירטשאפט אין טשילע שפארט איין א ברייטע רייע פון פארשידענע טעטיקייטן צוליב איר געאגראפיע, קלימאט און געאלאגיע. היסטאריש איז לאנדווירטשאפט איינע פון די יסודות פון טשילע׳ס עקאנאמיע. היינטיקע צייטן ביישטייערן לאנדווירטשאפט צוזאמען מיט פישעריי און וועלדער נאר 4.9% פונעם בא״פ און באארבעטן 13.6% פונעם לאנד׳ס ארבעט-קראפט. טשילע איז איינער פון דער וועלט׳ס גרעסטע פראדוצירער פון קארשן און יאגדעס, און איינער פון די 10 גרעסטע וועלט־פראדוצירער פון טרויבן, עפל, קיווי, פערשקעס, פלוימען און ניסלעך.[1] אנדערע הויפט לאנדווירטשאפט פראדוקטן זענען בארן, ציבל, ווייץ, קוקורוזע, האבער, קנאבל, אספארגוס, באנדלעך, רינדער פלייש, עופות, וואל, פיש, האלץ און העמפ. טשילע באניצט 14,015 העקטארן פון לאנדווירטשאפט באדן.[2]

טשילע האט אן אומאפהענגיקע געריכטיקע מאכט כולל אן אפעליר־געריכט און דאס העכסטע געריכט פון טשילע.

אין דעם צענזוס פון 2002 האט טשילע געהאט א באפעלקערונג פון 15.1 מיליאן מענטשן. פון זיי וואוינען 40% אין סאנטיאגא און די ארומיקע געגנטן.

טשילע האט א פילעטנישע געזעלשאפט. א מערהייט פון דער באפעלקערונג האבן אן אייראפעאישן אפשטאם, בעיקר שפאניער, ווי אויך דייטשע, איטאליענער, אירישע, בריטישע, שווייצער און קראאטן. לויט גענעטישע אונטערזוכונגען האט אן ערך איין העלפט פון דער באפעלקערונג זיינען מעטיסן, וואס הייסט אז האבן אויך אורעלטערן צווישן אינדיאנער מיט נאך א קליינעם בייטראג פון אפריקאנער. בלויז 8% זיינען געהערן צו אבאריגענען, דערהויפּט מאפוטשע אינדיאנער.

די דייטשע אימיגראנטן וואס זענען געקומען אין טשילע אין די 1850ער יארן האבן זיך באזעצט אין דרום טייל פון לאנד, בעיקר אין וואלדיוויא און לאס אנכעלעס.