לדלג לתוכן

פרס

פֿון װיקיפּעדיע

מוסטער:אינפובאקס מלוכה

פערסישע אימפעריע

(אכעמענידן אימפעריע)

Achaemenid Empire
פאן פון דער פערסישער אימפעריע

קעניגלעכער פאן

סימבאל פון פערסיע

פאראוואהאר (סימבאל)

מאפע פון דער פערסישער אימפעריע

די פערסישע אימפעריע אין איר הויכפונקט (בערך 500 פאר דער ציילונג)

תקופה: 550 פאר דער ציילונג – 330 פאר דער ציילונג
הויפטשטאט: פערסעפאליס, פאסארגאדע, שושן, עקבאטאנא, בבל
שפראכן: אלט-פערסיש, ארמיש, עלאמיש, באבילאניש
רעליגיע: זאראאסטריזם
רעגירונג: מאנארכיע
ערשטער קעניג: כורש (Cyrus the Great)
לעצטער קעניג: דריווש דער דריטער
מטבע: דאריק (Daric), סיגלאס (Siglos)
שטח: בערך 5.5 מיליאן קוו"ק (אין 480 פאר דער ציילונג)
פארגייער: מדי, בבל, לידיע, מצרים
נאכפאלגער: אלעקסאנדער דער גרויסער (מאקעדאנישע אימפעריע)

פרס (די פערסישע אימפעריע) איז דער נאמען פאר א ברייטן היסטארישן און געאגראפישן געביט אינעם איראנישן פלאטא, און פאר די פארשידענע מלוכות און אימפעריעס וואס האבן במשך פון טויזנטער יארן געהערשט איבער דעם געגנט. דער נאמען ווערט בעיקר פארבונדן מיט דער גרויסער אכמענישער אימפעריע—די ערשטע וועלט אימפעריע אין דער היסטאריע—וואס האט אונטער איר הערשאפט פאראייניגט א ריזיקן שטח פונעם אגאישן ים ביזן אינדוס טאל.

אין אידישע מקורות ווערט פרס דערמאנט אלס איינע פון די גרויסע וועלט מלוכות אז וועלכע האבן געשפילט א צענטראלע ראלע אין דער געשיכטע פונעם אידישן פאלק. די אויסדרוקן פרס ומדי און מלכות פרס קומען פאר אין ספר דניאל, עזרא, נחמיה און מגילת אסתר, און באצייכענען די אימפעריע אז וועלכע האט איבערגענומען די הערשאפט פון בבל און ערלויבט דעם אידישן פאלק צוריקצוקערן קיין ארץ ישראל און אויפצובויען דעם בית המקדש השני. [1]

דער נאמען פרס שטאמט פון דעם אלט פרסישן ווארט Pārsa, וואס האט צום ערשטן באדייט דעם ראיאן פון פארס (Fars) אין דרום מערב איראן, און שפעטער איז דער נאמען געווארן א באצייכענונג פאר די גאנצע אימפעריע. במשך פון די דורות איז פרס דורכגעגאנגען דורך פארשידענע תקופות: די אכעמענידישער אימפעריע (Achaemenid), די סעלעוקישער תקופה (Seleucid), די ארסאקידישע אדער פארטישע מלוכה (Parthian / Arsacid), די סאסאנישע אימפעריע (Sasanian), די מוסלעמענישע פרסישע דינאסטיעס, די סאפאווידישע מלוכה (Safavid) און שפעטערע מלוכות ביז דער גרינדונג פון דער היינטיגער איסלאמישער רעפובליק פון איראן. [2]

דער טערמין פרס האט אין פארשידענע תקופות געהאט פארשידענע באדייטן. אין די אוראלטע צייטן האט ער באצייכנט בעיקר די לאנד פון די פרסישע שבטים אין דרום מערב איראן. די פרסישע שבטים זענען געווען טייל פון די ברייטערע איראנישע פעלקער אז וועלכע האבן זיך באזעצט אויפן איראנישן פלאטא אין דער ערשטער טויזנט יאר פאר זייער ציילונג.

די גרעסטע פארשפרייטונג פון דעם נאמען איז געקומען אין דער צייט פון כורש דער צווייטער, כורש דער גרויסער , ווען א לאקאלע פרסישע מלוכה איז פארוואנדלט געווארן אין א וועלט אימפעריע. פון דעמאלטס און ווייטער האבן גריכישע און שפעטערע פעלקער גענוצט דעם נאמען "פרס" פאר די גאנצע אימפעריע און אירע איינוואוינער.

אין דער מאדערנער תקופה איז דער נאמען "פרס" בעיקר א היסטארישער טערמין, בשעת דער אפיציעלער נאמען פונעם לאנד איז היינט איראן. דער נאמען איראן שטאמט אויך פון אן אלטן איראנישן אויסדרוק און באדייט "לאנד פון די אריאנער", בשעת פרס איז פארבליבן אלס א קולטורישער און היסטארישער באגריף.

געאגראפיע און נאטורליכע באגרעניצונגען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די היסטארישע פרסישע לענדער האבן זיך געפונען אויפן איראנישן פלאטא, א גרויסן הויכן ראיאן צווישן מעסאפאטאמיע אין מערב און דעם אינדוס טאל אין מזרח. די הויפט געגנט פון פרס איז געווען דאס היינטיגע איראן, אבער אין די צייטן פון די גרויסע אימפעריעס האט די הערשאפט זיך פארשפרייט פיל ווייטער.

די אכמענישע אימפעריע האט אין אירע גרעסטע צייט אריינגענומען:

די געאגראפישע באדינגונגען פונעם איראנישן פלאטא האבן געהאט א גרויסע השפעה אויף דער אנטוויקלונג פון דער פרסישער קולטור. די בערג, מדבריות און ווייטע טאלן האבן געשאפן נאטורליכע גרעניצן, בשעת די הויפט דורכגענג צווישן מזרח און מערב האבן געמאכט דעם געגנט פאר א וויכטיגע בריק צווישן פארשידענע ציוויליזאציעס.

אורשפרונג און פריע היסטאריע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די איראנישע פעלקער און מדי

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די ערשטע יארהונדערטער פון דער ערשטער טויזנט יאר פאר זייער ציילונג האבן זיך פארשידענע איראנישע שבטים באזעצט אויפן איראנישן פלאטא. צווישן די וויכטיגסטע זענען געווען די מעדן (מדי) און די פרסים.

די מדיים האבן פריער געגרינדעט א שטארקע מלוכה אין צענטראל איראן. אין דער זיבעטער יארהונדערט פאר זייער ציילונג האבן זיי זיך פאראייניגט מיט בבל קעגן אשור, און האבן געהאלפן ברענגען צום אונטערגאנג פון דער אשורישער אימפעריע, אריינגערעכנט דעם חרבן פון נינוה אין יאר 612 פאר זייער ציילונג (ארום ג'ש"ע–ג'ש"ב לבריאת העולם לויט טייל חשבונות).

די מדישע מלוכה איז געווארן א גרויסע מאכט אין דעם אוראלטן מזרח, אבער איר הערשאפטהאט נישט אנגעהאלטן לאנג. אינערליכע שוואכקייטן און דער אויפקום פון כורש פון פרס האבן געברענגט צו א נייע תקופה אין דער געשיכטע פון דעם ראיאן.

די ערשטע פרסישע הערשער

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פריע פרסישע הערשער האבן געשטאמט פון דער אכמענישער דינאסטיע (Achaemenid Empire). דער נאמען פון דער דינאסטיע קומט פון אחמניש (Haxāmaniš), א פיגור אז וועלכער ווערט אין טראדיציע פאררעכנט אלס דער גרינדער פון דער משפחה.

אין דער פריערער תקופה זענען די פרסישע הערשער געווען אונטער דער השפעה פון גרעסערע מאכטן, ערשט עלם און שפעטער מדי. די שטאט אנשאן (Anshan) איז געווארן דער צענטער פון דער פריערער פרסישער הערשאפט.

טשישפיש (Teispes) און כורש דער ערשטער (Cyrus I) האבן געבויט דעם יסוד פאר דער קומענדיגער אויפקום פון דער פרסישער מלוכה. קאמביזי דער ערשטער (Cambyses I), דער פאטער פון כורש דער גרויסער, האט געהאט פארבינדונגען מיט דער מדישער קעניגליכע משפחה דורך זיין חתונה, וואס האט שפעטער געהאלפן פאראייניגן די צוויי פעלקער אונטער איין הערשאפט.

אויפקום פון דער אכמענישער אימפעריע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כורש דער צווייטער , באקאנט אלס כורש דער גרויסער (Cyrus the Great) (הערשאפט ארום 559–530 יאר פאר זייער ציילונג; בערך ג'ר"א–ג'ר"ל לבריאת העולם לויט אידישע חשבונות) ווערט פאררעכנט אלס דער גרינדער פון דער גרויסער פרסישער אימפעריע.

כורש האט ערשט געהערשט אלס א פרסישער מלך אונטער מדי. ארום יאר 550 פאר זייער ציילונג האט ער זיך אויפגעהויבן קעגן די מדישע הערשאפט, באזיגט די מדישע קעניגרייך און פאראייניגט די צוויי פעלקער אונטער זיין מלוכה.

נאך דעם האט כורש מער פארברייטערט זיין הערשאפט. ער האט איינגענומען לידיע (Lydia) און די גריכישע שטעט אין קליין אזיע, און אזוי געברענגט די פרסישע גרעניצן ביז צום אגאישן ים (Aegean Sea).

די גרעסטע געשעעניש אין כורש'ס הערשאפט איז געווען די אייננעמונג פון בבל ארום יאר 539 פאר זייער ציילונג (בערך ג'ת"צ לבריאת העולם). דער נצחון האט געגעבן פאר פרס הערשאפט איבער מעסאפאטאמיע, סיריע, פיניקיע און ארץ ישראל.

לויט ספר עזרא האט כורש ארויסגעגעבן א הכרזה אז די אידישע גולים זאלן קענען צוריקגיין קיין ירושלים און אויפבויען דעם בית המקדש. די געשעעניש ווערט באקאנט אלס הכרזת כורש און ווערט פאררעכנט אלס א הויפט נקודה אין דער תקופת שיבת ציון. [3]

כנבוזי דער צווייטער און די פארברייטערונג פון דער אימפעריע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך דער פטירה פון כורש דער גרויסער האט זיין זון כנבוזי דער צווייטער (Cambyses II) (הערשאפט 530–522 יאר פאר זייער ציילונג) איבערגענומען די קעניגליכע קרוין. זיין הויפט ציל איז געווען צו פארברייטערן די פרסישע הערשאפט נאך ווייטער, און זיין גרעסטע מיליטערישע דערגרייכונג איז געווען די אייננעמונג פון מצרים.

ארום יאר 525 פאר זייער ציילונג האט כנבוזי געפירט א קאמפיין קעגן מצרים און האט באזיגט דעם מצרישן פרעה פסמטיך דער דריטער. (Psamtik III) מיט דעם איז מצרים געווארן א טייל פון דער אכמענישער אימפעריע, און כנבוזי האט זיך באטראכט אלס דער הערשער פון מצרים לויט די מצרישע טראדיציעסץ ער האט אפילו אנגענומען דעם מצרישן נאָמען מעסוטי-רע (Mesutire), וואָס מיינט "דאָס אייניקל פון רע" (דער זון גאָט).

זיין הערשאפט איז געווען באצייכנט מיט שווערע קאמפיינען און אינערליכע אומריען. כנבוזי האט אין געהיים הרג'עט זיין אייגענעם ברודער ברדיה איידער ער איז ארויסגעפארן קיין מצרים, כדי ער זאל נישט רעוואלטירן קעגן אים. וויבאלד דער המון עם האט נישט געוואוסט אז ברדיה איז טויט, האט דער מעדישער גלח (מג) גאומאטא אויסגענוצט די געלעגנהייט. ער האט אויסגעזען פונקט ווי ברדיה און האט זיך דערקלערט אלס קעניג דער אויפשטאנד האט געברענגט צו א קריזיס אין דער קעניגליכער משפחה.

דריווש דער ערשטער און די ארגאניזאציע פון דער אימפעריע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דריווש דער ערשטער, באקאנט אלס דריווש דער גרויסער (Darius the Great) (הערשאפט 522–486 יאר פאר זייער ציילונג; בערך ג'ת"מ–ג'ת"נ לבריאת העולם) איז ארויפגעקומען צום טראן נאך דער קריזיס וואס איז נאכגעפאלגט נאך כנבוזי'ס טויט. ער האט געשטאמט פון דער אכמענישער דינאסטיע און האט געשטארקט זיין פאזיציע דורך באזיגן פארשידענע אויפשטענדן אין פארשידענע טיילן פון דער אימפעריע.

דריווש האט פארוואנדלט די פרסישע מלוכה אין איינע פון די בעסטע ארגאניזירטע אימפעריעס פון דער אוראלטער וועלט. ער האט צעטיילט די לענדער אין באזינדערע הערשאפטן (אחשדרפנים), יעדער מיט א גאווערנאר וועלכער האט פארטרעטן דעם מלך און געזאמלט שטייערן.

ער האט איינגעפירט א מער איינהייטליכע אדמיניסטראציע, מסדרגעווען דישטייער סיסטעמען און געבויט גרויסע וועגן, אריינגערעכנט דער באקאנטער קעניגליכער וועג אז וועלכער האט פארבינדן שושן מיט די מערב טיילן פון דער אימפעריע. די וועגן האבן ערמעגליכט שנעלע קאמוניקאציע צווישן די פארשידענע פראווינצן.

א וויכטיגע מקור פאר זיין הערשאפט איז די גרויסע אויפשריפט ביי בעיהיסטאן, אין וועלכער דריווש שילדערט זיין קאמף קעגן מרידות און שטעלט זיך פאר אלס א מלך אז וועלכער האלט סדר און גערעכטיגקייט מיט דער הילף פון אהורא מאזדא, דער הויפט געטליכקייט אין זאראטוסטריזם.

די צווייטע בית המקדש אונטער דריווש

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאר אידישע געשיכטע איז די תקופה פון דריווש דער ערשטער פון די וויכטיגסטע תקופות אין דער פרסישער הערשאפט.

נאך דער הכרזת כורש האט זיך אנגעהויבן דער פראצעס פון שיבת ציון און די ארבעט אויפצובויען דעם בית המקדש השני. די ארבעט איז אבער דורכגעגאנגען דורך פארשידענע שוועריקייטן און אפשטעלונגען.

אין דעם זעקסטן יאר פון דריווש'ס הערשאפט, יאר 516 פאר זייער ציילונג (בערך ג'ת"קט לבריאת העולם), איז דער בית המקדש השני פארענדיגט געווארן און מקודש געווארן. לויט ספר עזרא איז די חנוכת הבית געווען אום ג' אדר פון יענעם יאר. די געשעעניש האט געצייכנט דעם ווידעראויפקום פון דער בית המקדש'דיגער צענטער אין ירושלים נאך דעם חורבן פון ערשטן בית המקדש.

דער פרסישער הערשאפט האט דערלויבט די אידישע קהילה אין יהודה צו האלטן זייער רעליגיעזע און קולטורעלע לעבן אונטער דער מסגרת פון דער אימפעריע. די נוצן פון אראמיש אלס אן אינטערנאציאנאלע אדמיניסטראטיווע שפראך האט אויך געשאפן א בריק צווישן די פארשידענע פעלקער אונטער פרסישע הערשאפט.

דריווש האט אויך געצילט צו פארברייטערן די פרסישע איינפלוס אין אייראפע. ער האט אריינגעדרונגען אין טראקיע (Thrace) און געמאכט מאקעדאניע פאר א אונטערגעווארפענע מלוכה.

זיין פרואוו איינצונעמען דעם גריכישן היימלאנד האט אבער געענדיקט מיט דער מפלה אין דער קאמף פון מאראטאן (Battle of Marathon) אין יאר 490 פאר זייער ציילונג. די מפלה האט נישט צעשטערט די פרסישע אימפעריע, אבער זי האט אפגעשטעלט איר ווייטערדיגע פארברייטערונג קיין אייראפע.

חשיארש דער ערשטער און די תקופת המגילה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

חשיארש דער ערשטער (Xerxes I; הערשאפט 485–465 יאר פאר זייער ציילונג; בערך ג'ת"נ–ג'ת"ס לבריאת העולם) האט איבערגענומען די הערשאפט נאך דריווש דער ערשטער. ער האט געירשנט א ריזיגע אימפעריע מיט גרויסע מיליטערישע און עקאנאמישע כוחות.

אין די ערשטע יארן פון זיין הערשאפט האט ער אונטערדרוקט מרידות אין מצרים און בבל. שפעטער האט ער געפירט א גרויסן מיליטערישן קאמפיין קעגן יוון, מיט א ריזיגע ארמיי און פלאטע.

די פרסישע ארמיי האט אין אנהייב מצליח געווען און אפילו איינגענומען אטען, אבער די קאמפיין האט זיך געענדיגט מיט גרויסע מפלות ביי די ים קאמף פון סאלאמיס (Battle of Salamis) און דער קאמף פון פלאטאיא (Battle of Plataea). די מפלות האבן פארמיידט אז פרס זאל פארברייטערן איר הערשאפט איבער גריכנלאנד.

אין אידישער טראדיציע ווערט חשיארש דערנענטערט צו אחשורוש מלך פרס פון מגילת אסתר. טייל מפרשים און חוקרים אידענטיפיצירן אים מיט דעם מלך, בשעת אנדערע ברענגען אנדערע פארשלאגן, אריינגערעכנט ארתחשסתא דער ערשטער. די מעשה פון פורים איז פארגעקומען אין דער הויפטשטאט שושן, אין דעם צענטער פון דער פרסישער קעניגליכער הויף.

די מגילה באשרייבט ווי א גזירה קעגן די אידן פון גאנצער אימפעריע איז בטל געווארן דורך די השתדלות פון אסתר המלכה און מרדכי היהודי, און די נס פורים איז געווארן א שטענדיגע חלק פון אידישן לעבן און מסורה.

די שפעטערע אכמענישע מלכים

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך חשיארש האבן נאך עטליכע אכמענישע מלכים געהערשט איבער דער אימפעריע:

  • ארתחשסתא דער ערשטער (Artaxerxes I) (465–425 יאר פאר זייער ציילונג) האט זיך געשטעלט קעגן אינערליכע פראבלעמען און מרידות, און זיין תקופה ווערט דערמאנט אין ספר נחמיה. נחמיה, א אידישער קעניגליכער טרינקער אין דער פרסישער הויף, האט באקומען רשות צו גיין קיין ירושלים און אויפבויען די מויערן פון שטאט.
  • דריווש דער צווייטער (Darius II) (423–404 יאר פאר זייער ציילונג) האט געהאט א קאמפליצירטע הערשאפט מיט אינערליכע קאמפן, אבער האט ווייטער געהאלטן די יסודות פון דער אימפעריע.
  • ארתחשסתא דער צווייטער (Artaxerxes II) (404–358 יאר פאר זייער ציילונג) האט געהערשט אין א צייט פון קאנפליקטן מיט יוון און אינערליכע קעמפן.
  • ארתחשסתא דער דריטער (358–338 יאר פאר זייער ציילונג) האט פרובירט צוריקצושטעלן די שטארקייט פון דער אימפעריע דורך אונטערדריקן מרידות און צוריקצונעמען מצרים.
  • דריווש דער דריטער (Artaxerxes III) (336–330 יאר פאר זייער ציילונג) איז געווען דער לעצטער אכמענישער מלך.

אין דער צייט פון דריווש דער דריטער איז אויפגעקומען די מאקעדאנישע מאכט אונטער פיליפוס דער צווייטער און שפעטער אלכסנדר מוקדון. די פרסישע אימפעריע, טראץ איר ריזיגע גרויס, איז געווען באטראפן פון אינערליכע שוואכקייטן און פראבלעמען.

דער אונטערגאנג פון דער אכמענישער אימפעריע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אלכסנדר מוקדון האט אין יאר 334 פאר זייער ציילונג אנגעהויבן זיין קאמפיין קעגן פרס. ער האט באזיגט די פרסישע ארמייען אין עטליכע גרויסע קאמפן, אריינגערעכנט דעם קאמף ביים גראניקוס (Battle of the Granicus), דער קאמף ביי איסוס (Battle of Issus) און צום סוף דער קאמף פון גאוגאמעלע (Battle of Gaugamela) אין יאר 331 פאר זייער ציילונג.

נאך די מפלה פון דריווש דער דריטער האט אלכסנדר איבערגענומען די קעניגליכע צענטערן פון דער פרסישער אימפעריע, אריינגערעכנט פּערסעפּאָליס (Persepolis). אין יאר 330 פאר זייער ציילונג האט די אכמענישע דינאסטיע זיך געענדיגט, אבער פילע פרסישע אדמיניסטראטיווע ארגענעזאציעס און לאקאלע הערשער זענען אריינגענומען געווארן אין דער נייע העלעניסטישער סדר.

די העלעניסטישע תקופה און די סעלעוקישער הערשאפט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך דער אייננעמונג פון דער אכמענישער אימפעריע דורך אלכסנדר מוקדון איז די פרסישע וועלט אריין אין א נייע תקופה. אלכסנדר האט נישט צעשטערט אלע עלעמענטן פון דער פריערדיגער אדמיניסטראציע, נאר האט אין פילע פעלער ווייטער גענוצט פרסישע באאמטע און ארגענעזאציעס צו פירן די ריזיגע לענדער.

נאך אלכסנדר'ס טויט אין יאר 323 פאר זייער ציילונג איז זיין אימפעריע צעטיילט געווארן צווישן זיינע גענעראלן. דער מזרח טייל, אריינגערעכנט פרס און מעסאפאטאמיע, איז צום סוף אונטערגעקומען אונטער דער הערשאפט פון דער סעלעוקישער דינאסטיע (Seleucid dynasty), געגרינדעט דורך סעלעוקוס דער ערשטער אין יאר 312 פאר זייער ציילונג.

די סעלעוקישער מלוכה איז געווען א העלעניסטישע מלוכה וואס האט פאראייניגט גריכישע קולטור מיט די לאקאלע טראדיציעס פון פרס און דעם נאנטן מזרח. גריכיש איז געווארן א וויכטיגע שפראך פון דער הויף און אדמיניסטראציע, בשעת לאקאלע שפראכן און קולטורן האבן ווייטער עקזיסטירט.

די סעלעוקישער הערשאפט האט אבער קיינמאל נישט געהאט די זעלבע פעסטע קאנטראל איבער די גאנצע איראנישע פלאטא ווי די אכמענישע מלכים. ווייטע געגנטן האבן אנגעהויבן באקומען מער זעלבסטשטענדיגקייט, און נייע פערסישע כוחות האבן זיך אויפגעהויבן.

אויפקום פון די ארסאקידישע דינאסטיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דער דריטער יארהונדערט פאר זייער ציילונג איז אויפגעקומען די פארטישע מאכט אין צפון־מזרח איראן דורך די פארני שבט. די גרינדער פון דער דינאסטיע זענען געווען די ארסאקידישע הערשער, באקאנט אלס די פארטער אדער פארטישע אימפעריע (ענגליש: Parthian Empire).

דער גרינדער, ארסאקעס דער ערשטער , האט זיך אויפגעהויבן קעגן די סעלעוקישער הערשאפט און געגרינדעט א נייע פערסישע מלוכה. במשך פון די קומענדיגע דורות האט די פארטישע אימפעריע מער און מער פארברייטערט ביז זיי האבן איבערגענומען גרויסע טיילן פון דער געוועזענער פרסישער וועלט. זיי האבן געגרינדעט א גרויסע אימפעריע וואס האט געהערשט בערך פון יאר 247 פאר זייער ציילונג ביז יאר 224 למספרם.

די פארטער האבן נישט אויפגעשטעלט אזא צענטראליזירטע מלוכה ווי די אכמענישע, נאר האבן זיך געשטיצט אויף א סיסטעם פון לאקאלע הערשער און שטארקע נאבעל משפחות וואס האבן געהאט א גרויסן חלק אין דער רעגירונג.

די פארטישע אימפעריע איז געווארן איינע פון די גרעסטע קעגנער פון דער רוימישער רעפובליק און שפעטער דער רוימישער אימפעריע. די גרעניץ צווישן רוים און פרס איז געווארן איינע פון די וויכטיגסטע פאליטישע גרעניצן אין דער אוראלטער וועלט.

א באקאנטע קאמף צווישן די צוויי מאכטן איז געווען דער קאמף פון קארהע (Battle of Carrhae) אין יאר 53 פאר זייער ציילונג, ווען דער פארטישער גענעראל סורענא האט באזיגט די רוימישע ארמיי אונטער מארקוס ליקיניוס קראסוס (Marcus Licinius Crassus)

.די פארטער זענען באקאנט געווארן פאר זייער שטארקע קאַוואַלעריע, ספעציעל זייערע פייל־שיסער אויף פערד, וואס האבן זיי געגעבן א מיליטערישע אויבערהאנט קעגן אסאך קעגנערס.

די אידן אונטער די פארטער

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די צייטן פון דער פארטישער אימפעריע האבן אידישע קהילות עקזיסטירט אין בבל און אין אנדערע טיילן פון דער אימפעריע. די פארטישע הערשאפט האט אין גרויסן טייל ערלויבט לאקאלע קהילות צו האלטן זייערע מנהגים און רעליגיעזע לעבנסשטייגער.

בבל איז שפעטער געווארן איינע פון די גרעסטע צענטערן פון אידישער תורה־לערנען, און אין דער תקופה נאך די חורבן פון בית שני האט זיך דארט אנטוויקלט א גרויסער חלק פון דער אידישער רוחניות.

די סאסאנישע אימפעריע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גרינדונג און אויפקום

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר 224 למספרם האט דער פרסישער הערשער ארדשיר דער ערשטער (Ardashir I) באזיגט דעם לעצטן פארטישן קעניג ארטאבאנוס דער פערדער (Artbanus IV) און געגרינדעט די סאסאנישע אימפעריע (Sassanid Empire).

די סאסאנישע דינאסטיע ווערט פאררעכנט אלס די לעצטע גרויסע פרסישע אימפעריע פאר דער מוסלעמענישער כיבוש. זי האט זיך געזען אלס א המשך פון דער אלטער פרסישער קעניגרייך און האט צוריקגעברענגט א שטארקער צענטראליזירטער רעגירונג.

די סאסאנישע מלכים האבן פארשטארקט דער שטאטישער אדמיניסטראציע, די מיליטערישע ארגאניזאציע און די קעניגליכע אויטאריטעט. זיי האבן אויך געגעבן א גרויסן שטיצע פאר זאראטוסטריזם און געמאכט עס די הויפט רעליגיע פון דער מלוכה.

די סאסאנישע אימפעריע האט געהאט א באדייטנדע באציאונג מיט אידישע קהילות אין בבל. אין דער תקופה האט זיך אנטוויקלט דער בבלי תלמוד, און די אידישע צענטערן אין בבל האבן געבליט אונטער א סאסאנישער סביבה.

מלחמות מיט ביזאנט און דער נאנטער מזרח

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די סאסאנישע אימפעריע האט במשך פון מער ווי פיר הונדערט יאר געהאט כסדרדיגע קאנפליקטן מיט דער רוימישער און שפעטער ביזאנטישער אימפעריע.

די מלחמות צווישן די צוויי מאכטן זענען געווען איבער קאנטראל פון מעסאפאטאמיע, ארמעניע, סיריע און אנדערע וויכטיגע געגנטן. ביידע אימפעריעס האבן זיך געקעמפט פאר השפעה איבער די האנדל דורכגענג צווישן מזרח און מערב.

איינער פון די גרעסטע סאסאנישע הערשער איז געווען חוסרו דער ערשטער (Khosrow I) (531–579), אונטער וועמען די אימפעריע האט דערגרייכט א הויכן קולטורעלן און פאליטישן שפיץ. זיין צייט איז באקאנט פאר אדמיניסטראטיווע רעפארמען, קונסט און וויסנשאפט.

דער סוף פון דער סאסאנישער הערשאפט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דער זיבעטער יארהונדערט האט די סאסאנישע אימפעריע זיך געפונען אין א שוואכע מצב נאך לאנגע מלחמות מיט ביזאנט. אינערליכע קריזיסן און קעניגליכע קאמפן האבן ווייטער אפגעשוואכט די מלוכה.

מיטן אויפקום פון דער מוסלעמענישער הערשאפט פון אראביע האבן די אראבישע מוסלעמענישע ארמייען אריינגעדרונגען אין פרס. די הויפט קאמפן, אריינגערעכנט דער קאמף פון קאדיסיע (Battle of al-Qadisiyyah) (636) און דער קאמף פון נהאוואנד (the Battle of Nahavand) (642), האבן געפירט צום אונטערגאנג פון דער סאסאנישער מאכט.

ארום יאר 651 האט די סאסאנישע אימפעריע אויפגעהערט צו עקזיסטירן אלס זעלבסטשטענדיגע מלוכה.

די איסלאמישע תקופה און די ווידעראויפקום פון דער פרסישער קולטור

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער מוסלעמענישער כיבוש פון פרס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך דער אונטערגאנג פון דער סאסאנישער אימפעריע איז פרס אריין אין א נייע תקופה אונטער דער הערשאפט פון די מוסלעמענישע כאליפאטן. די אראבישע מוסלעמענישע ארמייען האבן איינגענומען די הויפט שטעט און געגנטן פון דער אלטער פרסישער מלוכה אין דער זיבעטער יארהונדערט.

דער פראצעס פון איסלאמיזירונג איז נישט פארגעקומען אין איין מאל, נאר במשך פון עטליכע דורות. אין אנהייב האבן פילע פרסישע איינוואוינער ווייטער געהאלטן זייערע אלטע רעליגיעזע מנהגים, בשעת איסלאם האט זיך ביסלעכווייז פארשפרייט דורך אדמיניסטראטיווע, געזעלשאפטליכע און קולטורעלע פארבינדונגען.

כאטש די פריערדיגע סאסאנישע שטאטישע סיסטעם איז צוזאמגעפאלן, זענען פילע פרסישע באאמטע אריינגענומען געווארן אין דער נייע מוסלעמענישער אדמיניסטראציע. זייערע ידיעות אין רעגירונג, פינאנצן און ארגאניזאציע האבן געהאט א שטארקן איינפלוס אויף דער אנטוויקלונג פון דער איסלאמישער וועלט.

די פרסישע שפראך און קולטור האבן נישט פארלוירן זייער חשיבות. פארקערט, אין די קומענדיגע יארהונדערטער האט זיך אנטוויקלט די נייע פרסישע שפראך (פארסי), וואס איז געווארן איינער פון די וויכטיגסטע ליטערארישע שפראכן פון דער מוסלעמענישער וועלט.

די סאמאנישע דינאסטיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויפקום פון א פרסיש־איסלאמישע מלוכה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דער ניינטער יארהונדערט איז אויפגעקומען די סאמאנישע דינאסטיע (ענגליש: Samanid Empire), איינע פון די ערשטע גרויסע פרסישע דינאסטיעס נאך דער אראבישער כיבוש. די סאמאנישע הערשער האבן געהערשט איבער טראנסאקסאניע ( ענגליש: Transoxania | אראביש:Ma Wra al-Nahr) און חלקים פון חוראסאן (Khurasan), מיטן צענטער אין בוכארא.

די דינאסטיע איז געגרינדעט געווארן דורך איסמאעיל סאמאני (Ismail Samani), וואס האט באקומען אנערקענונג פון דער אבאסידישער כאליפאט. כאטש די סאמאנישע הערשער האבן פארמירט זייער מלוכה אונטער דער רעליגיעזער אויטאריטעט פון דעם כאליף, האבן זיי אין פראקטיק געהאט א ברייטע זעלבסטשטענדיגקייט.

אונטער די סאמאנישע מלכים איז בוכארא און סאמארקאנד געווארן א גרויסער צענטער פון וויסנשאפט, קולטור און ליטעראטור. די תקופה ווערט באטראכט אלס א וויכטיגע שטאפל אין דער אויפקום פון דער קלאסישער פרסישער קולטור.

אונטער דער סאמאנישער הערשאפט האט זיך אנטוויקלט די נייע פרסישע שפראך, וואס איז געשריבן געווארן מיט אראבישע אותיות. די קולטורעלע אנטוויקלונג האט געהאט א לאנג־דויערנדע השפעה אויף גאנץ צענטראל אזיע און דער נאנטער מזרח.

די טערקישע און מאנגאלישע דינאסטיעס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די גאזנאווידן און סעלדזשוקן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פון דער צענטער פון דער צענטראל־אזיאטישער וועלט זענען אויפגעקומען פארשידענע טערקישע דינאסטיעס וואס האבן געהערשט איבער פרס, אבער זיי האבן אנגענומען און געשטיצט די פרסישע שפראך און קולטור.

די גאזנאווישע דינאסטיע (Ghaznavid Empire). האט געהערשט אין דער סוף פון צענטן און אנהייב עלפטן יארהונדערט איבער גרויסע טיילן פון איראן, אפגאניסטאן און צפון־מערב אינדיע. זייער הויפטשטאט גאזני איז געווארן א צענטער פון קונסט, ליטעראטור און וויסנשאפט.

די סעלדזשוקישע אימפעריע (Seljuk Empire) האט אין עלפטן יארהונדערט איבערגענומען א גרויסן חלק פון פרס און דעם נאנטן מזרח. די סעלדזשוקישע הערשער זענען געווען טערקיש־שטאמיגע, אבער זייער רעגירונג איז שטארק באאיינפלוסט געווארן דורך פרסישע אדמיניסטראטיווע טראדיציעס.

אונטער די סעלדזשוקן האבן פרסישע וויזירן און געלערנטע געהאט א גרויסן תפקיד. דער בארימטער פרסישער וויזיר ניזאם אל־מולך (Nizam al-Mulk) האט געבויט אן אויסגעארבעט אדמיניסטראטיווע סיסטעם און געשטיצט די גרינדונג פון וויסנשאפט אוניווערסיטעטן, באקאנט אלס ניזאמיעס.

די כוואריזמישע מלוכה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך דער אפשוואכונג פון דער סעלדזשוקישער מאכט איז אויפגעקומען די כוואריזמישע דינאסטיע (Khwarazmian dynasty). זי האט געהערשט איבער גרויסע טיילן פון איראן און צענטראל אזיע ביז די מאנגאלישע אינוואזיע.

די כוואריזמישע מלוכה איז געווארן איינע פון די שטארקסטע מאכטן אין דעם ראיאן, אבער איר קאנפליקט מיט דער מאנגאלישער אימפעריע האט געברענגט צו איר שנעלן אונטערגאנג.

די מאנגאלישע צייט און די אילכאנער

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דער דרייצנטער יארהונדערט האט די מאנגאלישע אימפעריע אונטער דזשינגיס כאן (Genghis Khan) איינגענימען ריזיגע שטחים אין צענטראל אזיע און פרס. די מאנגאלישע אינוואזיע האט געברענגט שווערע חורבנות אין פילע שטעט און געגנטן.

נאך דער ערשטע כיבושים האט זיך אין פרס געגרינדעט די אילכאנישע עניגרייך (ענגליש: Ilkhanate; פערסיש: ایلخانان), א צווייג פון דער מאנגאלישער אימפעריע. די אילכאנער האבן געמאכט מאראגהא (Maragheh) , שפעטער טאבריז און סולטאניע (ענגליש: Soltaniyeh ; פערסיש: سلطانيه)פאר הויפטצענטערן פון זייער הערשאפט.

איבער די דורות האבן די אילכאנישע הערשער זיך ביסלעכווייז פארוואנדלט פון מאנגאלישע צו הערשער וואס האבן אנגענומען די מוסלעמענישע רעליגיע און פרסישע קולטור.

נאך די ערשטע מאנגאלישע כיבושים איז אין פרס אויפגעשטעלט געווארן די אילכאנישע מלוכה, א צווייג פון דער גרויסער מאנגאלישער אימפעריע.

דער גרינדער פון דער אילכאנישער הערשאפט איז געווען הולאגו כאן, אייניקל פון דזשינגיס כאן, וואס האט אין יאר 1258 למספרם איינגענומען באגדאד און געברענגט צום סוף פון דער אבאסישער כאליפאט אין יענער שטאט.

די אילכאנישע הערשער האבן ערשט געהאט א מאנגאלישע אידענטיטעט, אבער מיט דער צייט האבן זיי אנגענומען איסלאם און זיך פארבונדן מיט דער לאקאלער פרסישער קולטור.

אונטער אילכאנישע הערשער ווי גאזאן כאן און אולדזייטו האט זיך אנטוויקלט א רייכע תקופה פון קונסט, ארכיטעקטור און וויסנשאפט. שטעט ווי תבריז זענען געווארן וויכטיגע צענטערן פון האנדל צווישן מזרח און מערב.

די אויפקום פון דער סאפאווידישער אימפעריע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גרינדונג פון א נייע פרסישע מלוכה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך דער צעטיילונג פון דער מאנגאלישער און טערקישער הערשאפט האבן פארשידענע לאקאלע מאכטן געהערשט איבער טיילן פון איראן. אין דער סוף פון פופצנטן און אנהייב זעכצנטן יארהונדערט איז אויפגעקומען די סאפאווידישע דינאסטיע (Safavid dynasty).

ארום יאר 1501 האט שאך איסמאל דער ערשטער (Shah Ismail I) געגרינדעט די סאפאווידישע אימפעריע און פאראייניגט גרויסע טיילן פון איראן אונטער איין הערשאפט.

די סאפאווידישע מלוכה האט געהאט א באזונדערע וויכטיגקייט אין דער געשיכטע פון פרס ווייל זי האט געמאכט די צוועלף־אימאם שיאיזם די אפיציעלע רעליגיע פון דער מלוכה. דער שריט האט באשאפן די רעליגיעזע אידענטיטעט פון איראן וואס איז אין גרויסן טייל פארבליבן ביז היינט.

שאך עבאס דער גרויסער

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איינער פון די מערסט באדייטנדע סאפאווישע הערשער איז געווען שאך עבאס דער גרויסער, וואס האט געהערשט פון יאר 1587 ביז 1629 למספרם.

אונטער זיין הערשאפט האט פרס דערגרייכט א הויכפונקט פון פאליטישער און קולטורעלער מאכט. ער האט אריבערגעפירט די הויפטשטאט קיין איספאהאן און פארוואנדלט די שטאט אין איינע פון די שענסטע שטעט אין דער איסלאמישער וועלט.

די תקופה פון שאך עבאס איז באקאנט פאר אירע גרויסע בוי־פראיעקטן, אריינגערעכנט מאסקס, בריקן, פאלאצן און מארקפלעצער. די פרסישע קונסט פון טעפיך־וועבעריי, מיניאטורן און ארכיטעקטור האט אין יענער צייט דערגרייכט א הויכע שטאפל.

די קאַדזשאַרישע און פּאַהלאַווישע תקופות

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די קאדזשארישע דינאסטיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר 1722 למספרם איז די סאפאווישע אימפעריע געפאלן נאך אן אינוואזיע פון אפגאנישע כוחות. דער פאל האט געברענגט א תקופה פון פאליטישע אומזיכערקייט אין פרס. אין די קומענדיגע יארן האבן פארשידענע הערשער געקעמפט פאר קאנטראל איבער'ן לאנד. נאדיר שאה האט אויפגעשטעלט די אפשארישע מלוכה. ער איז געווען א באקאנטער מיליטערישער פירער וואס האט פארברייטערט די פרסישע הערשאפט ביז צענטראל אזיע און אינדיע. נאכדעם וואס נאדיר שאה איז אומגעקומען אין יאר 1747 למספרם, האט זיך די אפשארישע מלוכה שנעל צעטיילט. די זאנדישע דינאסטיע האט דערנאך געהערשט איבער א טייל פון פרס. אונטער קארים חאן זאנד איז שיראז געווארן א וויכטיגער קולטורעלער צענטער. די אימסטאביליטעט האט אנגעהאלטן ביז די קאַדזשאַרישע דינאסטיע האט גענומען די מאכט אין יאר 1794.

די קאדזשארישע האבן געמאכט טעהראן פאר זייער הויפטשטאט און האבן געהערשט איבער פרס ביז יאר 1925. זייער הערשאפט איז געפאלן אין א צייט ווען אייראפעאישע אימפעריעס, בעיקר רוסלאנד און בריטאניע, האבן שטארק פארברייטערט זייער איינפלוס אין אזיע.

אין די ניינצנטן יארהונדערט האט פרס פארלוירן גרויסע טיילן פון אירע היסטארישע פראנטירן. אין די מלחמות קעגן רוסלאנד האבן די קאדזשארן געמוזט אונטערשרייבן דעם אפמאך פון גוליסטאן (Treaty of Gulistan) אין יאר 1813 און דעם אפמאך פון טורקמאנטשיי (Treaty of Turkmenchay) אין יאר 1828, דורך וועלכע גרויסע געגנטן אין קאווקאז זענען איבערגעגעבן געווארן אונטער רוסישער קאנטראל.

טראץ די טעריטאריעלע פארלוסטן איז פרס געבליבן אן אומאפהענגיקע מלוכה. די תקופה איז אויך באצייכנט מיט פרואוון פון מאדערניזאציע, די אויפקום פון א קאנסטיטוציאנאלע באוועגונג און קאנפליקטן צווישן די קעניגליכע מאכט, רעליגיעזע אויטאריטעטן און פרעמדע איינפלוסן.

די פאהלאווישע דינאסטיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר 1925 איז רעזא שאה פאהלאווי (פערסיש:رضא شاه پهلوی Reza Shah Pahlavi :english ) ארויפגעקומען צום מאכט און געגרינדעט די פאהלאווישע דינאסטיע. זיין הערשאפט און די שפעטערע הערשאפט פון זיין זון מוחמד רעזא שאה (Mohammad Reza Pahlavi) האבן געצילט צו מאדערניזירן דאס לאנד און פארשטארקן די צענטראלע רעגירונג.

אונטער די פאהלאווישע הערשער זענען דורכגעפירט געווארן גרויסע אינפראסטרוקטור פראיעקטן, אריינגערעכנט נייע וועגן, אינדוסטריעליזאציע און בילדונגס־רעפארמען. די רעגירונג האט אויך געפרואווט פארמינערן דעם איינפלוס פון טראדיציאנעלע רעליגיעזע ארגענעזאציעס אויף דער שטאטישער סיסטעם.

אין יאר 1935, האט דער דעמאלטיגער קעניג (שאך) רעזא שאה פעהלווי האט אפיציעל געבעטן פון די וועלט לענדער אויפצוהערן נוצן דעם נאמען פערסיע (Persia) און אנהייבן נוצן דעם נאמען איראן.

ביים אויסברוך פון דער צווייטער וועלט קריג האט איראן פראקלאמירט נייטראליטעט, אבער צוליב איר וויכטיגע לאקאציע צווישן די סאוועטן פארבאנד און דעם מיטל מזרח האבן די אליאירטע מאכטן אריינגעדרונגען אין לאנד אין יאר 1941 למספרם.

רזא שאה איז געצווינגען געווארן אפציטרעטן, און זיין זון מוחמד רזא פאהלאווי האט איבערגענומען דעם טראן.

די פאהלאווישע תקופה איז אבער אויך באצייכנט געווארן מיט שטארקע קעגנערשאפט קעגן דער מלוכה, צוליב אויטאריטערע רעגירונג־שטייגער, עקאנאמישע אומגלייכקייטן און קאנפליקטן צווישן מאדערניזאציע און טראדיציאנעלע געזעלשאפט.

די איסלאמישע רעוואלוציע און דער מאדערנער איראן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר 1979 למספרם איז פארגעקומען די איסלאמישע רעוואלוציע אין איראן, וואס האט געברענגט צום סוף פון דער פאהלאווישער מאנארכיע.

די רעוואלוציע האט געפירט צו דער גרינדונג פון דער איסלאמישער רעפובליק פון איראן אונטער דער הנהגה פון אייאטאלא רוחאלא כומעיני (3טן יוני 1989 - 17טן מיי 1990).

דער נייעם סיסטעם האט פארבינדן א רעליגיעזן רעגירונגס־מאדעל מיט מאדערנע רעפובליקאנישע ארגענעזאציעס. די לאנד האט אנגענומען א נייע קאנסטיטוציע און די רעליגיע פון שיאיזם איז געווארן דער אפיציעלער יסוד פון דער רעגירונג.

כאטש די היינטיגע שטאט ווערט גערופן איראן, בלייבט דער נאמען פרס א וויכטיגער קולטורעלער און היסטארישער טערמין וואס באצייכנט די אלטע ציוויליזאציע, די אימפעריעס און די רייכע ירושה פון דעם איראנישן פלאטאו.

די פריערדיגע איראנישע רעליגיעס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די אוראלטע צייטן איז די רעליגיע פון פרס געווען פארבונדן מיט די איראנישע רעליגיעזע טראדיציעס וואס האבן שפעטער זיך פאראייניגט אין זאראטוסטריזם.

זאראטוסטריזם, וואס ווערט פארבונדן מיטן נביא זאראטוסטער (זאראטושטרע), איז געווען געבויט ארום דער עבודה זרה פון אהורא מאזדא און דעם געדאנק פון א קאמף צווישן אמת און פאלשקייט, סדר און כאאס.

אין דער אכמענישער תקופה ווערט דער נאמען אהורא מאזדא דערמאנט אין קעניגליכע אויפשריפטן, און דער רעליגיעזער געדאנק פון א מלך וואס האלט סדר און גערעכטיגקייט איז געווארן א טייל פון דער אימפעריאלער אידעאלאגיע.

צוזאמען מיט זאראטוסטריזם האבן אויך עקזיסטירט עלמישע, מסופאטאמישע און לאקאלע רעליגיעזע מנהגים אין פארשידענע טיילן פון דער אימפעריע.

פרס און אידישע געשיכטע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אידן אין פרס

פארן אידישן פאלק האט פרס א באזונדערע פלאץ אין היסטאריע. די פרסישע הערשאפט האט אנגעהויבן נאך גלות בבל און האט ערלויבט א נייע תקופה אין דער אידישער געשיכטע.

די הכרזת כורש ארום יאר 538–537 פאר זייער ציילונג (בערך ג'ת"צ–ג'ת"ק לבריאת העולם לויט אידישע חשבונות) האט געגעבן דערלויבעניש פאר אידישע פארטריבענע זיך אומצוקערן קיין ירושלים.

די צייט פון דריווש דער ערשטער האט געברענגט צו דער פארענדיגונג פון בית המקדש השני אין יאר 516 פאר זייער ציילונג (בערך ג'ת"קט לבריאת העולם), און דער תקופה פון חשיארש ווערט פארבונדן מיט דער געשיכטע פון מגילת אסתר און דעם נס פורים.

די פרסישע אימפעריעס האבן שטענדיג געהאט א קולטורעלע געמיש פון פארשידענע פעלקער און שפראכן.

אין דער אכמענישער צייט זענען גענוצט געווארן עטליכע אפיציעלע שפראכן:

  • אלט־פרסיש: פאר קעניגליכע אויפשריפטן.
  • עלמיש: פאר אדמיניסטראציע.
  • אקאדיש: אין מסופאטאמיע.
  • אראמיש: די הויפט אימפעריע שפראך.

אין דער סאסאנישער צייט איז מיטל־פרסיש (פהלוי) געווארן א וויכטיגע שפראך פון דער רעגירונג און ליטעראטור.

נאך דער איסלאמישער תקופה האט זיך אנטוויקלט נייע פרסיש, פארסי, וואס איז געווארן איינע פון די וויכטיגסטע קולטורעלע שפראכן אין דער מוסלעמענישער וועלט.

פרסישע דיכטער און געלערנטע האבן געהאט א גרויסע השפעה פון צענטראל אזיע ביז אינדיע און אנטאליע. די פרסישע שפראך איז במשך פון הונדערטער יארן געווען א שפראך פון קעניגליכע הויף, וויסנשאפט און ליטעראטור.

די פרסישע ליטעראטור איז געווארן איינע פון די וויכטיגסטע ליטערארישע טראדיציעס אין דער איסלאמישער וועלט.

דער דיכטער פירדוסי, מחבר פון שאהנאמע, האט געשאפן איינע פון די גרעסטע ווערק פון פרסישער ליטעראטור און געשילדערט די היסטארישע און לעגענדארע פארגאנגענהייט פון איראן.

אנדערע גרויסע פרסישע שרייבער און דיכטער, ווי סאדי, חאפז און רומי, האבן געהאט א טיפן איינפלוס אויף דער קולטור פון גאנצן מיטל מזרח און ווייטער.

די פרסישע שפראך איז במשך פון פילע יארהונדערטער געווען א שפראך פון קעניגליכע הויפן, געלערנטע און דיכטער אין גרויסע טיילן פון אזיע.

אדמיניסטראציע און רעגירונגס־סיסטעם

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די אכמענישע רעגירונג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די אכמענישע אימפעריע ווערט באטראכט אלס איינע פון די ערשטע גרויסע אימפעריעס אין דער וועלט וואס האט אנטוויקלט א אויסגעארבעטע סיסטעם צו פירן א ריזיגן שטח מיט פארשידענע פעלקער, שפראכן און קולטורן.

דער מלך פון פרס האט געהאט די העכסטע אויטאריטעט איבער דער גאנצער אימפעריע און האט זיך באטראכט אלס דער באשיצער פון סדר און געזעץ. אונטער אים האבן געדינט די אחשדרפנים, וואס האבן געפירט די פארשידענע פראווינצן.

די אחשדרפויות זענען געווען צעטיילט לויט געאגראפישע און פאליטישע באדינגונגען. יעדער אחשדרפן האט געהאט די אויפגאבע צו זאמלען שטייערן, האלטן מיליטערישע קאנטראל און פארטרעטן דעם קעניג אין זיין געגנט.

צו פארמיידן אז לאקאלע הערשער זאלן ווערן צו שטארק, האט די קעניגליכע רעגירונג געהאט באזונדערע באאמטע וואס האבן נאכגעקוקט די ארבעט פון די אחשדרפנים. די סיסטעם האט ערמעגליכט פאר דער מלוכה צו האלטן קאנטראל איבער לענדער פון פארשידענע שפראכן און פעלקער.

דער קעניגליכער וועג און האנדל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א וויכטיגע טייל פון דער פרסישער הצלחה איז געווען די אנטוויקלונג פון פארבינדונגען צווישן די פארשידענע טיילן פון דער אימפעריע.

דער קעניגליכער וועג האט פארבינדן שושן, אחמתא און אנדערע צענטערן מיט די מערב פראווינצן. שליחים האבן געקענט דורכפארן גרויסע דיסטאנצן מיט א ספעציעלן סיסטעם פון סטאנציעס.

דער וועג האט געהאלפן נישט נאר פאר מיליטערישע צילן און אדמיניסטראציע, נאר אויך פאר האנדל צווישן מזרח און מערב. דורך פרסישע לענדער זענען דורכגעגאנגען וויכטיגע רוטעס וואס האבן פארבונדן די ציוויליזאציעס פון מסופאטאמיע, צענטראל אזיע און דעם אינדישער סובקאנטינענט.

מיליטער און פארטיידיגונג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פרסישע אימפעריעס האבן געהאט שטארקע מיליטערישע סיסטעמען וואס האבן זיך געבויט אויף די מיטארבעט פון פילע פעלקער אונטער דער אימפעריע.

אין דער אכמענישער תקופה איז דער קעניגליכער מיליטער צוזאמענגעשטעלט געווארן פון סאלדאטן פון פארשידענע פראווינצן. צווישן זיי זענען געווען פרסים, מדיים, מצרים, באקטעריער, סאקא און אנדערע פעלקער.

די פרסישע מיליטער איז באקאנט געווארן פאר אירע פערד־רייטער, באזונדערס די פייל־שיסער אויף פערד. די פארטישע קאוואלעריע האט שפעטער באקומען א גרויסן שם צוליב אירע טאקטיקן.

די פרסישע פלאטע האט געשפילט א וויכטיגע ראלע ביים הערשן איבער די ברעגן פונעם מיטלענדישן ים און די מזרח באדן פון דעם אגאישן ים.

די עקאנאמיע פון פרס איז געבויט געווארן אויף לאנדווירטשאפט, האנדל, מינעראלן און שטייערן פון די פארשידענע פראווינצן.

די אימפעריע האט פארמאגט א ברייטע נעץ פון האנדל־וועגן וואס האבן פארבונדן מזרח און מערב. סחורות פון אינדיע, צענטראל אזיע און דעם נאנטן מזרח זענען דורכגעגאנגען דורך פרסישע לענדער.

די אכמענישע מלכים האבן איינגעפירט סטאנדארדיזירטע מטבעות, אריינגערעכנט דעם דאריקן גאלד־מטבע און דעם סיגלאס זילבער־מטבע, וואס האבן געהאלפן פאר האנדל און שטייער־זאמלונג.

די רייכקייט פון דער אימפעריע האט ערמעגליכט גרויסע קעניגליכע בוי־פראיעקטן און א שטארקע מיליטערישע סיסטעם.

פרס אין דער וויסנשאפט און היסטארישע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די שטודיע פון פרסישע געשיכטע האט געשאפן איינע פון די וויכטיגסטע פעלדער אין דער אלטער נאנט־מזרח פארשונג.

ארכעאלאגישע עקספעדיציעס אין איראן האבן אנטדעקט גרויסע צאלן פון אויפשריפטן, געביידעס און קונסטווערק וואס געבן א בילד איבער די פאליטישע און קולטורעלע אנטוויקלונג פון דער אימפעריע.

ארכעאלאגיע און היסטארישע איבערבלייבענישן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די היינטיגע ארכעאלאגישע שטודיעס פון פרס זענען באזירט אויף א גרויסע צאל איבערבלייבענישן פון פארשידענע תקופות.

צווישן די וויכטיגסטע זייטלעך געפינען זיך:

  • פערסעפאליס – דער גרויסער צערעמאניעלער צענטער פון די אכמענישע מלכים.
  • פאסארגאדע – די ערשטע קעניגליכע הויפטשטאט פון כורש דער גרויסער .
  • בישטון – דער בארימטער שטיין־אויפשריפט פון דריווש דער ערשטער .
  • שושן – די קעניגליכע שטאט וואס ווערט אויך דערמאנט אין מגילת אסתר.
  • קטסיפון – דער גרויסער צענטער פון דער סאסאנישער אימפעריע.

די ארכעאלאגישע געפינסן פון פרס האבן צוגעשטעלט וויכטיגע אינפארמאציע איבער דער פאליטישער סיסטעם, קולטור, רעליגיע און טאג־טעגליכער לעבן פון די אלטע איראנישע פעלקער.

באקאנטע פרסישע הערשער

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צווישן די מערסט באדייטנדע הערשער פון די פארשידענע פרסישע מלוכות ווערן גערעכנט:

  • כורש דער גרויסער – גרינדער פון דער אכמענישער וועלט אימפעריע און דער מלך וואס האט ערלויבט די אידן צוריקצוקערן קיין ירושלים.
  • כנבוזי דער צווייטער – זון פון כורש, וואס האט פארברייטערט די אימפעריע ביז מצרים.
  • דריווש דער ערשטער – דער מלך וואס האט ארגאניזירט די אימפעריע און אונטער וועמען דער בית המקדש השני איז פארענדיגט געווארן.
  • חשיארש דער ערשטער – דער מלך וואס ווערט אין אידישער מסורה פארבונדן מיט אחשורוש פון מגילת אסתר.
  • ארתחשסתא דער ערשטער – דער מלך וואס האט געשטיצט נחמיה'ס ארבעט אין ירושלים.
  • ארדשיר דער ערשטער – גרינדער פון דער סאסאנישער אימפעריע.
  • שאה עבאס דער גרויסער – איינער פון די גרעסטע הערשער פון דער סאפאווישער תקופה.

פארשונג און היסטארישע באטראכטונגען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מקורות איבער דער געשיכטע פון פרס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די היסטאריע פון פרס איז באקאנט פון א ברייטע צאל מקורות פון פארשידענע תקופות. צווישן די וויכטיגסטע מקורות געפינען זיך קעניגליכע אויפשריפטן, ארכעאלאגישע געפינסן, גריכישע שרייבער, בבלישע און אראמישע דאקומענטן, ווי אויך אידישע מקורות פון תנ"ך און חז"ל.

די אכמענישע מלכים האבן איבערגעלאזט א גרויסע צאל אויפשריפטן אויף שטיין און טאבעלעך. צווישן די באדייטנדסטע איז דער אויפשריפט פון דריווש דער ערשטער אין בישטון, וואס באשרייבט זיין אויפקום צום טראן און די אונטערדריקונג פון מרידות אין דער אימפעריע.

גריכישע שרייבער ווי העראדאטוס האבן געשריבן ברייט איבער די פרסישע אימפעריע און די מלחמות קעגן גריכנלאנד. זייערע באשרייבונגען זענען פון גרויס וויכטיגקייט פאר היסטאריקער, אבער ווערן אויך באהאנדלט מיט פארזיכטיגקייט צוליב דעם וואס זיי זענען געשריבן געווארן פון דער פערספעקטיוו פון גריכישע מחברים.

די אידישע מקורות, ספעציעל ספר עזרא, נחמיה, דניאל און מגילת אסתר, געבן א באזונדערן בליק אויף דער תקופה פון פרסישע הערשאפט און איר באדייט פאר דער אידישער געשיכטע.

די פראגע פון אחשורוש

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איינע פון די באקאנטסטע שאלות אין פארשונג איבער פרס און אידישע געשיכטע איז די אידענטיפיקאציע פון אחשורוש מלך פרס פון מגילת אסתר.

אין דער אידישער מסורה ווערט אחשורוש אפט פארבונדן מיט חשיארש דער ערשטער , וואס האט געהערשט פון יאר 485 ביז 465 פאר זייער ציילונג.

עטליכע היסטאריקער האבן פארגעשטעלט אז דער אחשורוש פון מגילת אסתר קען זיין אן אנדערער פרסישער מלך, ווי ארתחשסתא דער ערשטער, אדער א ליטערארישע שילדערונג וואס פארבינדט זיך מיט מערערע היסטארישע עלעמענטן.

די פארשידענע מיינונגען ווייזן אויף די שוועריקייטן פון פארבינדן אלטע קעניגליכע ליסטעס מיט אידישע און אנדערע מקורות.

רעפערענצן