פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מיי 10
מראה
- האט דער אלגעמיינער זשורנאל א צוקנופט? א חסידישער אידיש רעדן'דער שרייבער פארן אלגעמיינער זשורנאל קריטיקירט זייער אפענקייט אז עס אנטהאלט בילדער פון פרויען אין די נייעס, וואס איז לויט אים נישט צום הארצן פאר די השקפה פון דער סארט אידיש שפראך באנוצער, וואס זענען נישט קעגן ציונות און נישט פאר ציונות און דארפן ווען לויט אים זיין דער ליינער קרייז פון די אלגעמיינער. (יעקב בריל\אלגעמיינער)
- רבנים פון די מזרחי קרייזען ספראווען זיך מיט די פראבלעם אז אינגע קינדער האבן פרייע אינטערנעט צוטריט. (ערוץ 7)
- אגודת ישראל חבר הכנסת ר' יעקב ליצמאן טענהט אז די 2 ליטווישע חברי הכנסת פארהאנדלן אריינגיין אין רעגירונג אן רשות פון די רבנים, ר' אברהם רביץ און ר' משה גפני טענהן אבער אז הרב אלישב האט זיי געגעבן א ברכה דערויף. (ען.עף.סי.)
- קאנסערוועטיווער געשטימטער פרעסטיזשפולער וואל סטריט זשורנאל אין לענגערן עקספאוזעי דעקט אויף אז די גאנצער מערכה צו אימפיטשען, דעם פרומע אידישען פארזיצער פונעם וועלט באנק, פאול וואלפאוויטש, אז דאס איז גאר ארקסטערט און אנגעפירט מיט די געלט פון דעם אידישען ליבעראלען ביליאנער סאראס. (וואל סטירט זשורנאל)
- דער קאנסערוועטיווער ביליאנער און מידיע מאגנאט, רופערט מורדאק שטעלט זיך צו צי די ליבעראלע קרוסעיד איבער גלאבאלע ווארעמונג און נעמט אויף זיך פאר אז זיינע קאמפאניס וועלן זיין באגרעניצט וויפל עמישאןס זיי מעגן ארויסלאזן צום אטמאספערע נישט צו שעדיגן די ענווייערמענט. (ניוז.קאם)
- שעלדאן אַדעלסאָן פאמיליע-פונדאַציע מנדב פיר און אַ האַלב מיליאָן דאָלאַר צו גרינדן שולע פאַר סטראַטעגישע שטודיעס אין ארץ ישראל אונטער די אנפירערשאפט פון נתן שאראנסקי. (אלגעמיינער)
- אינטערנעט ווידיאו טעכניק: טאני בלעיר וועילט אויס צו שיקן זיין קאנגראטולאציע פארן ערוויילונג פון נייעם פרעזידענט אין פראנקרייך, ניקאלעס סארקאזי דוקא אויף יוטוב. (אלגעמיינער)
- אידישיסטישער קאנצערט קומט פאר אין ניו יארק. (תפוז אידיש)
- נייע ניגון פון דעם חרדישען נגינה שטערן ר' ליפא שמעלצער. - אוידאו. (בח"ח)
- סעליברעטיס קויפן איין ביי דעם חרדישען פאטא געשעפט אין מאנהעטן בי. ענד עיטש. - בילדער. (בח"ח)
- וויליאמסבורג: יו.זשעי.אוי. וועט באעהרען עסקנים פאר זייערע לייסטונגען פאר פרומע אידן: 1) פרומען אידישען לויער נעט לואין; 2) דער חרדישער עדווערטייזונג מאגנעט ר' אהרן נאה; 3) אקטיוויסט וואס האט געהאלפן רודףען זשימי קארטער פאר זיין בוך וואס אנהאלט אנגעבליך אנטיסעמיטיזם; און נאך. (כל העולם כולו)
- בני ברק סאטמאר זאליס: מלכותדיגע אויפנאמע פאר ר' משה גבאי אין ארטיגן כולל. - בילדער פון באזוך צוזאמן מיטן חרדישען מיליאנער, ר' אליעזר קעסטענבוים. (בח"ח)
- 2 ארעסטירט אויף חשד פון פראבירן הארגענען א פאליציאנט (CBS)