מאגנעט

פֿון װיקיפּעדיע
מאגנעטן

מאגנאטיזם איז א נאטורליכע שטיין (באקאנט מיט'ן נאמען לאדשטיין) און איז אן אספעקט פון עלעקטראמאגנאטיזם.

אין א מאגנאט איז אריינגעמישט עלעקטאראן טיילעכלעך (שטויב). ווען עלעקטארן קומט נאנט צו עלעקטיריסיטי, די צוויי האבן א שטארקע פריינטשאפט, ציען זיי זיך צוזאמען און האלטן זיך אן. דערפאר ווען איר לייגט צו א מאגנעט צו אייזן, וועלכע איז אן עלעקטריק אביעקט, האלטן זיי זיך אן שטארק צוזאמען. ווי מער עלעקטאראנס עס איז דא אינעם מאגנעט אלץ שטערקער ציט ער צו עלעקטריק.

נאך אן אינטערסאנטער זאך וואס איז דא אין א מאגנעט איז דאס יעדע מאגנעט ציט צו די שפיצן פון די וועלט. ד.ה. יעדע זייט פונעם מאגנעט ציט צו אן אנדער שפיץ. איין זייט צום נארט פאל אין די אנדערע צום סאוט פאול. דאס איז ווייל ביי די עקן פון די וועלט זענען דא גרויסע מאגנעטישע בערג וואס ציט יעדע מאגנעט (פארשטייט זיך נאר איין זייט. ווייל די אנדערע זייט ציט צו די פארקערטע ריכטונג) צו זיין זייט אפילו ער איז טויזענטער מייל אוועק.

ווען צוויי מאגנאטן קומען זיך צוזאמען וועלן זיי זיך פון איין זייט באהעפטן און ווען מען וועט זיי אויסדרייען וועלן זיי זיך צושיידן און אוועקטאנצן. ווי פריער עקלערט ציט יעדע זייט פונעם מאגנעט צו אן אנדער שפיץ פון די וועלט. ווען איר נעמט צוויי מאגנעטן און איר דרייט זיי אויס צו איין זייט פון וואס זיי ציען, ד.ה. אז ביידע זענען למשל צו צפון, וועלן זיי זיך באהעפטן ווייל ביידע ציען צו די זעלבע זייט און איין מאגנעט ציט די אנדערע. ווען ביידע זענען אבער געלייגט צו קעגנגעזעצטע זייטן וועלן זיי זיך צושיידן ווייל איינער ציט צו די פארקערטע זייט ווי דער צווייטער.