פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 נאָװעמבער 6
אויסזען

- ירושלים פלאקערט; שטיינער פליען; צענדליגע אידן ארעסטירט; קארן געשעדיגט; בלוט גיסט זיך פון ביידע זייטן; סייט פון די פאליציי און סיי פון די חרדים - אין שטורעמישע פראטעסטן קעגן תועבה מארש. בילדער
- אטוירני זשענעראל מאזוז זאגט זיין לעגאלער מיינונג; אז אויב מדינה לאזט זיך פון די חרדישע טעראר איז איר דעמאקראטיע אין סכנה.
- גורע רבי הייסט שטיל שווייגען ווייל מ'טאר נישט רעדן פון תאווה עבירות; המודיע פאלגט, ר' יוסף שלום אלישב זאגט אז עס איז ייהרג ואל יעבור און מען מוז מוחה זיין. עדה החרדית פרובירט פארהאנדעלן, נאך טעלעפאון פון הויפט [[פאליציי] שעף, שיקן ארום קאר אין נאמען פון הרב יצחק טויביה ווייס אויסרופן אז מען זאל נישט פראטעסטירן אבער דער עולם פייפט זיך אריין אין זייער רוף.
- עדה החרדית ספויקסמאן פארדאמט גיסן אויל אויף די וועגן און שטיינער ווארפעריי, און פארברענען מיסט ביי תועבה מארש פראטעסטן.
- זארג ביי פרומע אז חרדישע קינדער וועלן ווערן אפגעפארן פון צו גוט וויסן וואס מיינט משכב זכר דורך זיך קאכן צופיל אין די איצטיגע ראיאטען.
- חבד קעגן משיח אין בת ים.
- בית שמש: אגד באס פארט אן מחיצה; חרדים באווארפן איר מיט שטיינער.
- שעלדאן איידלסאהן וועט נישט קויפן מעריב.
- גוגל וועט אנהייבן צו עדווערטייזען אין [צייטונג]]ען.
- קרית יואל וועט שטימען קעגן אמטירענדער רעפובליקאנער קאנגרעספרוי פארן נישט גענוג העלפן די איינוואונער.
- 2 נייע אנקעטעס געבן לעצט מינוטיגע האפענונג פאר רעפובליקאנער אנצוהאלטן סענאט ביי איין זיץ.
- געוועזענער גאווערנער מאריא קאמא שטאט אפ פאר א קאמפיין באזוך ביי סאטמאר-ארונים אין וויליאמסבורג, פאר זיין זוהן, אן עטורני דשענעראל קאנדידאט.
- קאלאראדא: גרויסער גלח רעזעגנירט אין שאנדע נאכן געכאפט ווערן מיט היפאקריטיע ווען ער האקט קעגן תועבה און מאן-זונה קומט אפיר אים צו טייטלען אויף זייערע אנגייענדע אפערע.
- האלב אייראפע אן עלעקטעריציטעט נאך מעכטיגע בלעקאוט.