פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 נאָװעמבער 28
מראה
- וויליאמסבורג סאטמארער קרייז טראגעדיע: ברוך דיין האמת: יונג ווייבל קוים א יאר נאך דער חתונה, נפטר געווארן פון קענסער ה"י. קינדערלאז און נאך לאנגע יסורים. אייניקל פון ר' מאיר ראטה, טאכטער פון וועטעראן מלמד ר' דוד פעלדמאן און שנור ביי ר' ישראל מענדל שווארץ. [1]
- בילדער פון פלעטבוש: שוידערליכער קאר עקסידענט. [2]
- רב אין מידטאון מאנהעטען שול האט געפירט א צוויי פאכיג לעבן; פרוי קומט אפיר צו די פרעסע און געריכט מיט טעיפס וויאזוי ער האט איר באצווינגען צו האבן געשלעכטליכע אפירן מיטן צוזאג חתונה צו האבן מיט איר, נאכן גטן זיין אייגן ווייב. בילדער. [3]
- טויש אין מאנסי באס רוט. מאנסי טרעילס וועט מער נישט פארן אין געוויסע זייטיגע געסער. [4]
- ר' חיים הערש טייטלבוים, סאטמאר (זאלי) רב אין ירושלים באטייליגט זיך בראש פון מחאה אין מאה שערים קעגן קלעצקין אין מתמידים. [5]
- א מארמאן גלח אין יוטא לייגט תפילין, א דאנק די ארבייט פון לאקאל חב"ד שליח. [6]
- והשיב לב אבות על בנים: אייניקעל פון שולמית אלוני לערנט תורה אין חב"ד שולע אין דרום קאראליינע. [7]
- קרעמער זאגט אז ער איז טאקע נישט קיין איד אבער פירט זיך אויף אידיש. [8]
- נייער צייטונג אויף ענגליש פאר די וועלט, פון מיטל מזרח קאנפליקט, דאסמאל פון די אראבער אונטערן נאמען פאליסטינער טיימס. [9]
- הערצלס נבואה פון ככל הגוים בית ישראל ווערט צוביסלעך מקוים: שוידערליכע דעטאלן געהערט אין געריכט פון שרעקליכער רעיפ פון טאטע מאמע אויף אייגן קינד אין בית שאן. [10]
- בג"ץ ווארפט אפ אפיעל פון רבנים וואס ווילן נישט וואוינען אין די שטעט וואו זיי דינען ברבנות. [11]
- דער בעל ציץ אליעזר ווערט געדענקט דורך טויזנטער, אלס דער ירושלימער פוסק וואס האט ארויסגעגעבן 12 בענדער אקטועלע שאלות ותשובות, ווי ער האט מתיר געווען השתלת אברים אבער געאסערט אין וויטרא פערטיליזאציע. [12]
- ראשון לציון הרב מרדכי אליהו רופט כנסת צו אומלעגאליזירן געי חתונות צו פארלויפן די וועג פון העכסטן געריכט אין ארץ ישראל. [13]
- ניו יארק: אידענע קלאגט אין געריכט פובליק סקול סיסטעם, פארן נישט גענוג אפטיילן די רעליגיע מיט רעגירונג, זי טענהט אז איר זשאב איז געווארן אין א גיהנום צוליב דעם וואס די מנהל און תלמידים זענען צופיל ערלויבט געווארן זיך צו באנוצען מיט זייער עבודה זרה פראקטיצירונגען אין פארענט פון איר. און אויך ווען מען האט אנגערופען די האלאוקאוסט א רעוואלאציע האט זי איינגעזעהן זיי זענען פאלנע ראסיסטען. [14]
- בילדער פון וויען: וואנדאליזם אין די חב"ד ראן לאודער געביידע. [15]
- גבאי פון ר' יצחק כדורי ז"ל, ארעסטירט נאכן גנבענען 2 ספרי תורה. [16]
- ירושלים באקומט טויזענטע טוליפ בלומען פון האלאנד. [17]
- וויליאמסבורג: רויבעריי ביי טשעק קעשינג אויף פלאשינג. [18]
- בילדער פון קרוין הייטס הינט ענד ראן קאר עקסידענט, אין פארענט פון 770, פארברעכער געזוכט. [19]
- פלארידע יוניווערסעטי פראפעסער: מיטן וואוקס פון חסידים ווערט די אידישע שטימע מער רעכט. [20]
- פראנקרייך ערלויבט אירע פראנצויזישע סאלדאטן וואס האלטן זיך אויף אין לבנון אראפצושיסן איזראעלי עראפלאנען וואס פליען צו אגרעסיוו העכער זייערע קעפ. [21]