פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 נאָװעמבער 17
מראה
- שלום בערגער אין לענגערן אפהאנדעלונג פארן פארווארד, וואס איז דער צווישענשייד, מעלות און חסרונות, צווישען די 3 הויפט וויקיפעדיעס וואס אידן קענען ליינען און שרייבן;
- די ענגלישע וויקיפעדיע האט ווינציג אינפארמאציע איבער יידיש אבער צופיל אומוויכטיגע אינפארמאציע פון די וועלט וואס קיין איין איד וועט קיינמאל נישט דארפן וויסן;
- די היברו וויקיפעדיע האט צופיל אינפארמאציע איבער איזראעלי קאלטור און צו ווינציג איבער די רוב אידישע אינטערעסע פונעם גלות אידס לעבן און לעבנסשטייגער. ווי למשל איר וועט נישט טרעפן קיין רעצעפט דארטן אויף קוגל וואס איז א אידישער יסוד ביי די גלות אידן.
- די אידישע וויקיפעדיע האט צופיל חסידישע אינפארמאציע, ווי למשל דאס מערסטע בארבייטער ארטיקל איז ר' אהרן טייטלבוים, אבער צו ווינציג וועלטליכע קאלטור וויסענשאפט. ווי למשל די ארטיקל האומאוסעקסואל איז פון אלעם ערשט, לויט זיי, נישט קיין אידישער קאנצעפט.
- ער ענדיגט צו דעם באלערנדען ארטיקל מיט א רוף פון הלל: גייט און עדיט, ווייל וויקיפעדיע איז אייערס, פריי פאר יעדן צו פארעכטן און פארבעסערן. [1]
- לעיקוואד: אלי ישי באזוכט לעיקוואד אלס הכרת הטוב פאר איטשע רויזענבוים פארן ברענגן איבער 150 זשאבס קיין ארץ ישראל [2]
- אלי ישי באזוכט בית מדרש גבוה אין לעיקוואד. [3]
- סקווירא רבי שליט"א אין לעיקוואד אויף שבת. [4]
- ראלינג סטאון (מאגאזין) דעקט אויף אז דער אידישער קאמידיען וואס שפילט אלס אנטיסעמיט אין בויראט איז א שומר שבת וכשרות. [5]
- תלמיד פון ישיבה אוניוועסיטעט פאלט ארויס פון פענסטער 3 שטאק רח"ל. [6]
- באבוב: ר' מרדכי דוד אונגער ווארפט אראפ אור אלטער היסטארישע געביידע פון טעמפל אין בארא פארק צו בויען ריזן שול. [7]
- נצחון איז זיס פאר ר' זשאוסעף ליבערמאן; דער ניו יארק טיימס באשרייבט דעם ערשטן טאג אין וואשינגטאן פון דעם קעניג וואס זיינע דעמאקראטישע פארטיי חברים האבן אים געוואלט ארויסוואוטען, אבער ער האט זיי באזיגט מיטן גאר ווערן דער גרעסטער כוח וואס קאנטראלירט זייער מאכט אין אמעריקע, און קען אין יעדע ליאדע סעקונדע איבערקערן דעם סענאט קאנטראל צו זייערע שונאים די רעפובליקאנער. [8]
- אידישער נייעס טעלעפאון האט ליין קול מבשר, מעלדט אז געזונטהייט קאמישענער, טאמעס פרידען, פון ניו יארק סיטי וואס האט געוואלט מאכן גזירה קעגן מנהג ישראל פון מציצה בפה, וועט מעגליך ווערן דערהויבן אויף גאנץ ניו יארק סטעיט. [9]
- ר' משה דוד נידערמאן בארואיגט די פרעסע און זאגט אז די סיטי וועט דילען דערמיט און די סטעיט וועט זיך נישט מישן. [10]
- צה"ל זאגט זיי האבן געטראפן א נייע סארט באמבע טעכניק ביי די אראבער, וואס זיכערהייט מאשינען קענען נישט באמערקן און אויפכאפן. [11]
- כאפצעם (בלאגער) דעקט אויף פאלטשקייט פון חסידישער בלאגער. [12]
- גוי פון נעבן קרית יואל וואס האט אויפגעהאנגן די אנטיסעמיטישער שילד גראטולירענדיג די חסידים מיט אל קעידא פאר די דעמאקראטישער פארטיי געווינס, זאגט פאר די פרעסע אז ער איז א איד און האט געארבייט פאר ביל קלינטאןס קאמפיין. און די קאנטראווערסיע האט אים נאך מער געשטארקט אנצוהאלטן די שילד. [13]
- מאנסי: מיידל סקול באקומט שטראף פארן לאזן שווימען מיידלעך אן שמירה. [14]
- רעכטע רעליגיעזע באקלאגן זיך אויף ארץ ישראלדיגן אטוירני זשענעראל, מנחם מאזוז אז בלויז ווען עס קומט צו געיז צו מארטשירן צווישן חרדים, איז ער פאר פרייהייט פון אויסדרוק, אפילו עס טשעפעט די אידישע רעליגיע געפילען; אבער ווען עס קומט אז אידן זאלן קענען דאווענען אויף דעם הר הבית איז ער דערקעגן נישט צו טשעפענען קיין אראבישע רעליגיעזע געפילען. [15]
- זשעק אבראמאף געזעגענט זיך פון די פרייע וועלט אריינגייענדיג אין תפיסה פאר 6 יאר, פרעסע צושפרייט לעצטן אי מעיל ווי ער שרייט אויס מיט זיין אידישען פעסטן בטחון, גם זו לטובה, מיט א תפילה צו הקב"ה ער זאל אים טאקע אויך אנטפלעקן די טובה דערפון. [16]
- וויינעט באריכט וויאזוי פרומע מיידלעך אין בני ברק שפילן באל מיט די לאנגע קליידער. [17]
- מאנטריאל: אויפרודער אויפן פארלאנג אז ווען פרומע אידן מענער ווערן ארעסטירט זאל די פאליציי ווארטן פאר בלויז מענער פאליצאנטן נישט צו מאכן דעם פארברעכער אנרורען פרויען פאליציי און עובר זיין אויף זייערע גדרי הצניעות. [18]
- פוילישע גוים, ווערן געוואור אז זיי זענען גאר אידן. [20]
- נייע שטודיע: רעליגיע האלט עלטערע לייט געזונט. [21]