לדלג לתוכן

מיטלענדישער ים

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מעדיטרעיניען)
מאפע פונעם מיטלענדישן ים

דער מיטלענדישער ים איז א ים פונעם אטלאנטישן אקעאן וואס איז כמעט אינגאנצן ארומגענומען מיט לאנד — פון צפון זייט אייראפע, פון דרום אפריקע און פון מזרח אזיע. ער באדעקט א שטח פון 2.5 קוואדראט קילאמעטער, און איז באהאפטן מיטן אטלאנטישן אקעאן דורך דעם שמאלן דורכגאס פון גיבראלטאר וואס איז ברייט אינגאנצן 14 קילאמעטער, און שיידט אפ גיבראלטאר און שפאניע אין אייראפע פון מאראקא אין אפריקע.

דער דורכשניט טיף פונעם ים איז 1500 מעטער, און דער טיפֿסטער פונקט איז 5,267 מעטער אין דער קאליפסא טיף אינעם יאנישן ים.

אמאל איז ער געווען די חשבסטע רוטע פאר סוחרים אין קדמונישע צייטן, מיט מסחר צווישן בבל, מצרים, גריכנלאנד, טערקיי און רוים.

  די לענדער מיט בארטנליניעס אויפן מיטלענדישן ים זענען איטאליע, אלבאניע, אלזשיר, באסניע און הערצעגאווינע, גריכנלאנד, טוניסיע, טערקיי, ישראל, לבנון, ליביע, מאלטא, מאנאקא, מאנטענעגרא, סיריע, סלאוועניע, עגיפטן, פראנקרייך, ציפערן, קראאטיע און שפאניע. דערצו, האבן אויך דער עזה פאס און די בריטישע מעבר-לים טעריטאריעס גיבראלטאר און אקראטירי און דעקעליע בארטנליניעס אויפן ים.

דער נאמען ״מיטלענדיש״ איז אזוי ווי דער לאטיינישער נאמען mediterraneus. אין תנ״ך ווערט דער ים אפטמאל גערופן ״הים הגדול״ דער גרויסער ים, אויך ווי אמאל ״הים האחרון״ דער הינטערשטער ים (ווען מען שטייט מיטן פנים צו מזרח). אויף טערקיש הייסט ער Akdeniz דער ווייסער ים.

אוראלטע ציוויליזאציעס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
גריכישע (רויט) און פֿעניקישע (געל) קאלאניעס אין קדמונים־צייט אומגעפער דער 6טער יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג
די רוימישע אימפעריע ביי איר ווייטסטער גרייס אין יאר 117

עטלעכע אוראלטע ציוויליזאציעס זענען געווען פלאצירט ארום די ברעגן פונעם מיטלענדישן ים, און זענען געווען שטארק באאיינפלוסט דורך זייער נאענטקייט צום ים. דער ים האט פארזארגט רוטעס פאר מסחר, קאלאניזאציע און מלחמה, ווי אויך עסן (פון פישעריי און זאמלונג פון אנדער ים־שפייז) פאר פילצאליגע געמיינדעס דורך די יארן.[1]


דריוש דער ערשטער פון פערסיע, וואס האט איינגענומען אוראלט עגיפטן, האט געבויט א קאנאל וואס האט באהאפטן דעם מיטלענדישן ים מיט דעם ים סוף. דריוש׳נס קאנאל איז געווען גענוג ברייט פאר צוויי טריערעס אדורכגיין איינע אנאנד מיט די וועסלעס פארלענגערט; ס׳האט געדויערט פיר טעג אדורכצופארן דעם קאנאל.[2]

מיטל־אלטער און אימפעריעס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
דער קאמף פון לעפאנטא, 1571, האט געקאנטשעט מיט א זיג פאר דער אייראפעאישער הייליגער ליגע קעגן די אטאמאנישע טערקן.

די מערבדיקע רוימישע אימפעריע איז איינגעפאלן אומגעפער יאר 476. צייטווייליג איז דער מזרח געווארן ווידעראמאל דאמינאנט און רוימישע מאכט האט ווייטערגעצויגן אין דער ביזאנטישער אימפעריע וואס איז געשאפן געווארן אין דעם 4טן יארהונדערט פונעם מזרח טייל פון דער רוימישער אימפעריע.

אין דעם 7טן יארהונדערט איז אויפגעוואקסן א נייע מאכט, מיט דער רעליגיע פון איסלאם, וואס האט גאנץ גיך אויסגעקערט אריבער פונעם מזרח; ביי איר גרעסטע פארשפרייטונג האט די אראבישע אימפעריע קאנטראלירט 75% פון דעם מיטלענדישן געגנט און האט איבערגעלאזט פוסדרוק אויף זיינע מזרחדיקע און דרומדיקע ברעגן.

אייראפע האט אנגעהויבן זיך דערקוויקן ווען מער ארגאניזירטע און צענטראליזירטע מדינות האבן זיך געשאפן אין דעם שפטערן מיטל־אלטער נאך דעם רענעסאנס פונעם 12טן יארהונדערט.

אטאמאנישע קראפט באזירט אין אנאטאליע האט ווייטער געוואקסן און אין 1453 האט אויסגעלאשן די ביזאנטישע אימפעריע מיט דעם אייננעם פון קושטא. אטאמאנער האבן באקומען קאנטראלע איבער א גרויסן טייל פונעם ים אין דעם 16טן יארהונדערט און האבן געהאלטן ים־באזעס אין דרום פראנקרייך, אלזשיר און טוניסיע. דער בארימטער אטאמאנער קאפיטאן בארבאראסע איז א סימבאל פון דער געוועלטיגונג מיטן ניצחון פון דעם קאמף פון פרעוועזע (1538).

די באמבארדירונג פון אלזשירס דורכן ענגליש־האלענדישן פלאט מיט אן אולטימאטום צו באפרייען אייראפעאישע שקלאפן, אויגוסט 1816

דער קאמף פון דזשערבא (1560) האט באצייכענט דעם שפיץ פון אטאמאנישער ים־געוועלטיגונג אין דעם מיטלענדישן ים. אזוי ווי די אייראפאישע קראפטן האבן געמערט זייער גבורה אויפן ים, האבן זיי באגעגנט אטאמאנישער פארברייטערונג אין דעם געגנט ביים קאמף פון לעפאנטא (1571) וואס האט אפגעשטעלט דעם קראפט פון דעם אטאמאנישן ים־פלאט. דאס איז געווען דער לעצטער ים־קאמף געפירט דורך גאלעערעס.

א סאטליט בילד וואס ווייזט דעם מיטלענדישן ים. דער דורכגאס פון גיבראלטאר קען מען זען אינעם אונטן לינקס (צפון־מערב) ווינקל פונעם בילד; צו זיין לינקס איז דער איבערישער האלבאינזל אין אייראפע, און צו זיין רעכטס, דער מאגרעב אין אפריקע.
די דארדאנעלן דורכגאס אין טערקיי. די צפון זייט איז אייראפע מיטן געליבאלו האלבאינזל אין דעם טראקע ראיאן; די דרום זייט איז אנאטאליע אין אזיע.

דער מיטלענדישער ים איז באהאפטן צום אטלאנטישן אקעאן דורכן דורכגאס פון גיבראלטאר (באוואוסט אין די שריפטן פון האמעראס ווי די "זיילן פון הערקולעס") אין מערב און צום ים פון מארמארא און דעם שווארצן ים, ביי די דארדאנעלן און דעם באספארוס, אין מזרח. דער ים פון מארמארא (דארדאנעלן) ווערט אפט גערעכענט א טייל פונעם מיטלענדישן ים, אבער נישט דער שווארצער ים. דער 163 ק״מ לאנג געמלאכה׳טער סועץ קאנאל אין דרום־מזרח באהעפט דעם מיטלענדישן ים צום ים סוף.[3] גרויסע אינזלען אין דעם מיטלענדישן ים שליסן איין ציפערן, קרעטע, עוויע, ראדאס, לעזבאס, כיאס, קעפאלאניע, קארפו, לימנאס, סאמאס, נאקסאס און אנדראס אין דעם מזרח טייל פון ים; סיציליע, צרעס, וועגל, בראטש, כוואר, פאג, קארטשולע און מאלטע אין צענטער טייל; סארדיניע, קארסיקע, און די באלעארישע אינזלען: איביזע, מאיארקע, און מענארקע אין דעם מערב טייל.

דער טיפישער מיטלענדישער קלימאט האט ווארעמע, פייכטע און טרוקענע זומערן, און צארטע רעגענדיקע ווינטערן . פראדוקטן פון דעם געגנט שליסן איין איילבירטן, וויינטרויבן, מאראנצן, טאנזשערינען און קאריק.

מאפע פונעם מיטלענדישן ים

די פאלגנעדע לענדער האבן א בארטן־ליניע אויפן מיטלענדישן ים:

נאך עטלעכע טעריטאריעס גרענעצן דעם מיטלענדישן ים (פון מערב קיין מזרח): די בריטישע מעבר-לים טעריטאריע גיבראלטאר, די שפאנישע אויטאנאמישע שטעט סעאוטע און מעליע און שכנותדיקע אינזלען, די סואווערענע באזע שטחים אויף ציפערן און דער פאלעסטינער עזה פאס.

בארצעלאנע, דער גרעסטער מעטראפאליטאנישער שטח אויפן מיטלענדישן ים און אויך דער הויפטקווארטיר פון דעם פאראיין פארן מיטלענדישן געגנט

הויפט שטעט (מוניציפאליטעטן) מיט באפעלקערונג העכער פון 200,000 מענטשן וואס גרענעצן דעם מיטלענדישן ים זענען:

לאנד שטעט
איטאליע באַרי, ווענעציע, טאַראַנטא, טריעסטע, יאנאווע, מעסינע, נאפאלי, פאלערמא, קאטאניע, רוים
אלזשיר אלזשירס, אַנאַבע, אראַן
גריכנלאנד אטען, Piraeus, Patras, סאלאניקע
טוניסיע Sfax, Sousse, טוניס
טערקיי אדאנע, איזמיר, אנטאליע, מערסין
ישראל אשדוד, חיפה, נתניה, ראשון לציון, תל אביב
לבנון ביירוט, טריפאלי
ליביע בענגאזי, Khoms, Misrata, טריפאלי, Zawiya, Zliten
מאראקא טאנזשיר, טעטואן
סיריע לאטאקיע
עגיפטן אלעקסאנדריע, דאמיעטע, פארט סאאיד
עזה פאס עזה, כאן יוניס
פראנקרייך מארסיי, ניצע
שפאניע אליקאנטע, באַדאַלאנע, בארצעלאנע, Cartagena, Málaga, Palma, וואלענציע.
דער אקרפאליס פון אטען מיטן מיטלענדישן ים אין דעם הינטערגרונד
דער אוראלטער פארט פון יפו (היינט א טייל פון תל אביב-יפו) אין ישראל: עס שטייט אין דעם תנ"ך, אז פון דארט איז יונה ארויסגעפארן אויף א שיף איידער א גרויסע פיש האט אים איינגעשלונגען [4]
אלעקסאנדריע, איינע פון די גרעסטע שטעט אויפן מיטלענדישן ים
קאטאניע, סיציליע, מיט בארג עטנע אין דעם הינטערגרונד
איזמיר, דער דריטער מעטראפאליס פון טערקיי נאך סטאמבול און אנקארא
  1. David Abulafia (2011). The Great Sea: A Human History of the Mediterranean. Oxford University Press. 
  2. Rappoport, S. (Doctor of Philosophy, Basel). History of Egypt (undated, early 20th century), Volume 12, Part B, Chapter V: "The Waterways of Egypt", pages 248–257 (אנליין). London: The Grolier Society.
  3. Vella, Andrew P. (1985). "Mediterranean Malta". Hyphen 4 (5): 469–472. Archived from the original on 29 March 2017.  Unknown parameter |df= ignored (עזרה)
  4. Israel, By Sue Bryant, (New Holland Publishers, 2008), page 72