מנשה (פילם)

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מנשה איז א דראמאטישער פילם, אין יידיש (מיט ערליי אונטערטיטלען), א געשיכטע וועגן א קאמפליצירטער פּעריאָד-צייט, אינעם לעבן פונעם חסידישן ארטיסט און באקאנטן אקטיאר - מנשה לוסטיג, געשפילט דורך נאטורליכע אפליקאנטן, מיט מנשה לוסטיג זעלבסט.

אויף צום באמערקן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

כאטש די דאזיגע פילם איז געשפילט דורך פרומע יודען, דאך איז עס אָריגינעל געאייגענט פאר דעם סעקולערער וועלט, ווי א שטייגער די פילמען אינעם ישראל'ישער סטיל, אנפילן די הוילקייט, אושפיזין (פילם) א.ד.ג.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אינעם חסידיש ארטאדאקסישן געמיינדע אין ברוקלין, א יונגער אלמן וואס איז נאך צומישט פונעם פארלירן זיין ווייב, אמפערט זיך צו קריגן רעכט, צו האלטן זיין איינציגער קינד ביי זיך אין הויז.

א דראמאטישער ספעקטאקל, וואס רופט אויס שטארק מיטלייד ביז טרערן, געמישט מיט ביטערע געלעכטער, איבער זיינע דורכפעלער דורכאויס די צייט.

דער פילם אנדעקט דאס אינערליכע כאראקטער פון גלויבן, און די פּרייז פון פאטער'שאפט, און געבט א פאזעטיווער בליק אויפן חרדישער יודנטום אין ניו יארק.

דאס פילם איז געווארן רעזשיסירט, געשריבן און פראדוצירט, דורך דזשאשוע ז וויינסטיין, מיט'ן הילף פונעם באקאנטער פילם-שאפער קריס קאָלומבוס, מיט'ן אנפירן פונעם ארטאדאקסישן רעזשיסאר דעני פֿינקלמאַן, דער פירער פון 'ספּאַרקס-נעקסט' פילעם פּראָדוקציע פירמע.

פּרעמיערע ערטער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין יוטא, ביים סונדאַנס פילם פֿעסטיוואַל 2017 איז דאס געווארן צום ערשטן מאל וועלט-פּרעמירט, מאנטיג 23 יאנואר - אין יוטא-עגיפּטיאַן-טעאַטער.

אין אייראפע, ביים בערלינאלע; און אין די לינקאלן צענטער; אין די ירושלים פילם פעסטיוואל; און שפעטער אין א רייע פון איבער הונדערט פופציג פעסטיוואלן איבער דער וועלט, ווי אין איידעהא, קליוולאנד, סיאטל, מינעסאטע, אריזאנע, טענעסי, וואשינגטאן, אטלאנטא, טאראנטא, טעקסאס, מיאמי, באסטאן, קאליפארניע, מאסאטשוסעטס, דרום קארעע, ווענעציע, פראנקרייך, פוילין, סקאטלאנד, כינע, אוסטראליע, קאַרלסבאַד טשעכיי, און זיך אויסגעצייכנט פון די בעסטע פילמען פונעם יאר 2017.

באלד אין אנהויב פונעם ערשיינונג, האט עס שוין אויסגערופן העכסט אינטערעסע, ביי די וועלטס ריזן פירמעס פונעם פילם האנדל, און איז בליץ שנעל פארקויפט געווארן צו צענדליגע פילם פירמעס איבער דער וועלט, מיט גרויס אינטערעסע.

נאָמינאַציאָנ'ס און אַוואָרדס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דאס פילם איז געווארן נאָמינירט אין צענדליגע פעסטיוואלן איבער דער וועלט צו מעגליך געוואונען א אווארד; צווישן זיי, אין קליוולאַנד, דאלאס, עדינבורג, מאָנטקלעיר, ציריך, ירושלים, טעקסעס, ניו האָריזאָנס פעסטיוואל, גאטהאם אווארד, און סאנדאנס.

און אין א האנט-פול פלעצער האט דאס פילם מנשה עמטליך געוואונען; 1] אין נאַשוויל דאס 'עקומעניקאַל ליפסקאמב' פרייז, 2] אין סאראסאוטא דאס 'טערי פּאָרטער וויזשאַנערי' אַוואָרד, 3] אין דאווילע-פראנקרייך דעם 'זשורי פרייז', אינעם נאציאנאלע בארד אף רעוויוא 'פון די צען בעסטע פילמען' 4] אין יוגאסלאוויע דאס 'רעזשיסאר פרייז, 5] אין יודיש-פוילישער פעסטיוואל דאס 'כינור דוד' פרייז.

די פילם מנשה {אין פראנקרייך הייסט עס: ברוקלין ייִדיש}, האט געוואונען דעם דזשורי פרייז, אינעם אמעריקאנעם פילם פעסטיוואַל אין דאָווילע פראנקרייך 2017.

אקטיארן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • מנשה לוסטיג
  • ראובֿן ניבאָרסקי
  • שלמה קליין
  • מאיר בער שווארץ
  • מאטי קרישעווסקי
  • יואלי ווייסהויז
  • אבי פרידמאן
  • יואלי פאלקאוויטש
  • אליעזר ראזנצווייג
  • יאסי ראזנצווייג
  • אליעזר ניבאָרסקי
  • מאטי שור
  • יודא שור
  • משה שור
  • חיים שמידט
  • אברהם ברעדסקי
  • יושע האלפערט
  • רעינאַלד אלמידאו
  • דזארדזש לואיס

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]